אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייאווע"
ק (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אייאווע צו רוי:אייאווע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 15:00, 8 יאנואר 2023
אייאָווע (Iowa) איז איינע פון די 50 שטאַטן פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.
זי ליגט און מיטל-מערב פון דעם לאנד, גרעניצט זיך מיט מינעסאטע אויף צפון, סאוט-דעקאטע און נעבראסקא אויף מערב, מיזורי ביי דרום, און וויסקאנסין און אילינוי ביי מזרח.
א לאנגער שמאלער טייך וואס רופט זיך דער מיסיסיפי טייך לויפט דורך דער גאנצער מזרח גרעניץ פון אייאווע, דער טייך פארמירט אויס דער גאנצער מזרח גרעניץ.
פון מערב לויפט אויך דורך א לאנגער שמאלער טייך וואס רופט זיך דער מיזורי טייך, וואס פארמירט אויס די דרום-מערב גרעניץ, וואס גרעניצט זיך מיט נעבראסקא.
דער מיזורי טייך און דער מיסיסיפי טייך זענען די צוויי לענגסטע טייכן און אמעריקע (מיזורי גרעסער), זיי ציען זיך אויפן גאנצן לענג פונעם לאנד, פון כמעט לעבן קאנאדע אין צפון, אין מינעסאטע ביז גאנץ אונטן דרום ביי ניו ארלינס, לואיזיאנא. זיי זענען לאנגע שמאלע טייכן אזא גאטונג ווי דער נילוס און מצרים.
די הויפט שטאט און די מערסטע באוואוינסטע שטאט איז דע מוין (Des Moines).
אנדערע גרויסע שטעט זענען:
- סידער רעפידס (Cedar Rapids).
- דעווענפארט (Davenport).
- סו סיטי (Sioux City).
- וואטערלו (Waterloo).
- אייווא סיטי (Iowa City).
- קאנסעל בלאפס (Council Bluffs).
די באפעלקערונג לויטן 2020 צענזוס איז 3,190,369
די עיקר עקאנאמיע אין אייווא באשטייט פון פעלד ארבעטער און פארמערס וואס פראדוצירן ווייץ און קוקוריזע.
אייאווא באקומט יעדע פיר יאר די אויפמערקזאמקייט פון דעם גאנצן לאנד, צוליב וואס ער איז דער ערשטער שטאַט וואס האלט אפ די פארטיי וואלן פאר פרעזידענט, וואס רופט זיך די "אייאווא קאוקאס". דאס איז בלויז אן הקדמה צו די אלגעמיינע וואלן. די קומענדיגע שטאטס וואלן, ניו העמפשיר, איז הערשט צוויי וואכן שפעטער. דעריבער טוען אלע קאנדידאטן, פון די פראמינענטסע ביז די אומבאקאנטע שמויגערלעך, שווענדן דארט פיל מיט צייט און געלט, ווייל אלע פרובירן צו האבן די ערשטע געווינס, אזוי האט די אויבערהאנט און מאמענטום פאר די קומענדיגע שטעט. די קאנדידאן שטעלן זיך אהער אלס "FARMERS FRIENDLY" פריינטליך צו פעלד ארבעטער, ווי זיי לאזן זיך ווידעא-פאטראגראפירן ווי זיי עסן רויע קוקוריזע, אזאך וואס פארמערס טוען.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|
אהייא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו דזשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקוט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!