אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:ברוכים הבאים"
ק (הגהה) |
ק (טעות סופר) |
||
שורה 6: | שורה 6: | ||
[[המכלול]] איז א אידישע [[ענציקלאפעדיע]] וואס ווערט געשריבן דורך אירע ליינער. די רעדאקציע-מאנשאפט האלטן אין איין פארשענערן און פארברייטערן דעם ענציקלאפעדיע. המכלול פארמאגט אויך א [[ע:|העברעאישע ווערסיע]]. דער אידישע ווערסיע אנטהאלט איצט '''{{מספר ערכים}} ארטיקלען'''. | [[המכלול]] איז א אידישע [[ענציקלאפעדיע]] וואס ווערט געשריבן דורך אירע ליינער. די רעדאקציע-מאנשאפט האלטן אין איין פארשענערן און פארברייטערן דעם ענציקלאפעדיע. המכלול פארמאגט אויך א [[ע:|העברעאישע ווערסיע]]. דער אידישע ווערסיע אנטהאלט איצט '''{{מספר ערכים}} ארטיקלען'''. | ||
צילנדיג א ליינער און רעדאגירער באזע פון היימישע אידן, איז פארשטענדליך אז המכלול לייגט א שטערקערע געוויכט אויף טעמעס מיט אן אינטערעסע אין די געמיינדע. דער ציל פון המכלול איז צו ערמעגליכן דעם פרומען ציבור אידיש-ליינער צוטריט צו אן אפענעם ענציקלאפעדיע מיט פילע בלעטער, אן פראבלעמאטישע אינהאלט, עפעס וואס איז – ווי פארשטענדליך – אוממעגליך אויף וויקיפעדיע. | |||
'''נאוויגירט אין המכלול''': אויב זוכט איר א ספעציפישער בלאט, קענט איר זיך באנוצן מיטן זוך מעגליכקייט, אדער גיין צום [[הויפט בלאט]] און אריינגיין דורך איר צו א בלאט. אויב זענט איר סתם נייגעריג, קענט איר איבערגיין די ליסטע פון '''[[פורטל:רעקאמענדירטע בלעטער|רעקאמענדירטע בלעטער]]''', אדער "צו ווארפן גורל" אויף א [[באַזונדער:צופעליג|צופעליגער בלאט]]. | '''נאוויגירט אין המכלול''': אויב זוכט איר א ספעציפישער בלאט, קענט איר זיך באנוצן מיטן זוך מעגליכקייט, אדער גיין צום [[הויפט בלאט]] און אריינגיין דורך איר צו א בלאט. אויב זענט איר סתם נייגעריג, קענט איר איבערגיין די ליסטע פון '''[[פורטל:רעקאמענדירטע בלעטער|רעקאמענדירטע בלעטער]]''', אדער "צו ווארפן גורל" אויף א [[באַזונדער:צופעליג|צופעליגער בלאט]]. |
רעוויזיע פון 20:54, 7 יאנואר 2023
וואס איז המכלול?
המכלול איז א אידישע ענציקלאפעדיע וואס ווערט געשריבן דורך אירע ליינער. די רעדאקציע-מאנשאפט האלטן אין איין פארשענערן און פארברייטערן דעם ענציקלאפעדיע. המכלול פארמאגט אויך א העברעאישע ווערסיע. דער אידישע ווערסיע אנטהאלט איצט 13,214 ארטיקלען.
צילנדיג א ליינער און רעדאגירער באזע פון היימישע אידן, איז פארשטענדליך אז המכלול לייגט א שטערקערע געוויכט אויף טעמעס מיט אן אינטערעסע אין די געמיינדע. דער ציל פון המכלול איז צו ערמעגליכן דעם פרומען ציבור אידיש-ליינער צוטריט צו אן אפענעם ענציקלאפעדיע מיט פילע בלעטער, אן פראבלעמאטישע אינהאלט, עפעס וואס איז – ווי פארשטענדליך – אוממעגליך אויף וויקיפעדיע.
נאוויגירט אין המכלול: אויב זוכט איר א ספעציפישער בלאט, קענט איר זיך באנוצן מיטן זוך מעגליכקייט, אדער גיין צום הויפט בלאט און אריינגיין דורך איר צו א בלאט. אויב זענט איר סתם נייגעריג, קענט איר איבערגיין די ליסטע פון רעקאמענדירטע בלעטער, אדער "צו ווארפן גורל" אויף א צופעליגער בלאט.
באגלייבטקייט: אויב מיינט איר אז די קוואליטעט פון המכלול האט שאדן דורכ'ן זיין אפן פאר יעדער שרייבער, שטעלט זיך ארויס אז דווקא די אפנקייט און לייכטקייט איז די גרעסטע הילף צו פארשענערן און פאררעכטן די עקזיסטירנדע בלעטער, און צו שטענדיגע פארמערונג פון אינפארמאציע. יעדער איינער לייגט צו נאך א שיכט אויפ'ן צווייטנ'ס ארבעט.
איר זענט געלאדענט זיך צו ווענדן פאר יעדע אנפראגע און פאר יעדע טעכנישע פראבלעם צום הילף טישל און פילע מכלולאים וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
וויאזוי קען מען העלפן?
איר ווילט העלפן? האט נישט מורא צו רעדאגירן אין המכלול – יעדער איינער קען רעדאגירן, און מיר שטיצן באניצער צו זיין געוואַגט! טרעפט עפעס וואס קען ווערן פארשענערט, סיי אין אינהאלט, אין שפראך, אין גראמאטיק, אדער אין פארעם פון פרעזענטאציע, און פאררעכט עס. איר האט מורא איר וועט עפעס רואינירן? זייט רואיג: מען קען אייביג פאררעכטן אדער פארבעסערן שפעטער.
אין די צייט וואס איר ליינט די שורות, זענען דא אנדערע וואס רעדאגירן און שאפן נייע בלעטער. איר דארפט נישט קיין ספעציעלער הינטערגרונט צו אנטייל נעמען אין דעם פראיעקט. איר דארפט בלויז איינלאגירן.
עס איז גאר גרינג צו רעדאגירן:
- גייט אריין צו די בלאט וואס איר ווילט רעדאגירן אדער פאררעכטן.
- דרוקט אויף די רעדאגירט קנעפל פון אויבן.
- רעדאגירט דעם בלאט.
- דרוקט אויפ'ן זעט אויסקוק קנעפל צו מאכן זיכער אייער רעדאגירונג איז ריכטיג.
- דרוקט פובליצירט צו אפהיטן וואס איר האט רעדאגירט. יעצט זענען די ענדערונגען אפגעהיטן אין מכלול און יעדער קען עס זען.
איר ווילט עקספּערימענטירן צו רעדאגירן אן וואס די ענדערונגען זאלן ווערן אפגעהיטן? עקספערימענטיר מיט רעדאגירן אינעם זאמד קאסטן.