אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בית הכרם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022

בית הכרם
Synagoug bet hakerem.jpg
די הויפט שול פון בית הכרם
אינפארמאציע

בית הכרם איז א געגנט אין מערב ירושלים. פון לינקס איז שכונת קריית משה, מערב זייט שכונת יפה נוף און יער ירושלים, פון דרום הר הרצל אין שפיטאל שערי צדק און שכונת בית וגן, און פון מזרח איז גבעת רם.


די געגנט איז איינע פון די זעקס גארטן-געגנטן אויפגעשטעלט אין די צייטן פון דעם בריטישן מאנדאט אין 1922, ריכארד קאופמאן דער אינזשעניר פון 160 געגנטן האט אויך דאס געבויט דעמאלטס איז די נייע געגנט געווען ווייט פון שטאט ממילא זענען די ערשטע איינוואוינער געווען לערער, דיכטערס און מיטל-קלאס איינוואוינער, מ'פלעגט אנרופן די געגענט פון אנפאנג "די צוגעקומענע". פארשטייט זיך אז קיין פרומער האט דארט נישט געוואלט וואוינען ממילא איז עס איבערגענומען געווארן ביי פרייע און די תקנות האט מען אריינגעשריבן אז מ'זאל דארט נישט בויען א בית המדרש. אין צענטער פון געגנט איז געבויט געווארען א סעמינאר פאר לערער געגרינדעט דורך דוד ילין ס'הייסט "בית המדרש למורים העברי" (היינט - מכללת דוד ילין).

היינט איז די געגנט בערך 15,000 איינוואינער רוב פרייע אין א חלק פרומע. נעבן דעם איז צוגעבויט געווארען נאך געגנטן "יפה נוף", "גבעת בית הכרם" און "רמת בית הכרם".

אין געגנט איז דא שולעס, פאבריקן, בתי מדרשים, און מתנ"ס (געמיינדע צענטער). פון די איינוואוינער זענען די צוויי פרעמיער מיניסטערס מנחם בעגין און בנימין נתניהו. אויך דער בירגערמייסטער ניר בארקאט וואוינט אין בית הכרם.

טראנספארט

די לייכטע באן פארט אדורך דעם געגנט אויף הערצל בולעווארד.