אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בית הכסא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארבעסערט)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022

א בית הכסא אויפן פעלד

א בית הכִסא אדער קלאזעט אדער טוילעט (העברעאיש: שירותים אדער בית שימוש) איז וואו מען גייט דארטן ארויס, צו לייגן די אלע אפפאלן פון מענטשן. צו רעדן איידל רופט מען דאס "בית הכסא".

א דעזיגנירטער באהאלטענער ארט אדער צימער וואו דער מענטש גיבט ארויס און טוט פארניכטן דער אָפּפאַל וואס אנטוויקלט זיך אין דעם מענטשן.

אין די אמאליגע צייטן איז דער ארט געווען אין אן איזאלירטער כאטקע אין הויף אדער פעלד, אפגעזונדערט פון וואו מ'האט געוואוינט. די טוילעט איז געווען אן אויסגעגראבענע גרוב אויפן פעלד, און מ'האט עס באדעקט מיט ערד, אדער פארשיט מיט וואסער.

אין דער היינטיגער מאדערעניזירטער וועלט איז דאס א צימער אינווייניג וואו מען וואוינט, ווייל עס ווערט פארשיט אין א קאנאל.

לויט דער יידישער הלכה טאר מען נישט דארטן טראכטן פון הייליגע זאכן אדער דברי תורה, ווייל עס הערשט א טומאה - אומריינקייט דארטן.

היינט איז שוין פארהאנען ספעציעלע כעמישע קלאזעטן, וואס ווערן געווענליך באניצט פראוויזאריש, ביי ארבעטס פלעצער אדער א ארט וואו מ'דארף צייטוויליג בתי כסאות, פארן געברויך פון א גרעסערן ציבור, אויף א קורצער וויילע.