אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ביסטריץ"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022
|
ביסטריץ (רומעניש: Bistriţa, אונגאַריש: Beszterce) איז אַ גרעסערע שטאָט אין זיבנבערגן, רומעניע, אויפן ביסטריץ טייך.
אין די צײַטן וואָס דער אָרטיגער רב, הרב שלמה זלמן אולמאַן, איז געווען דער פרעזעס פון דער רומענישער אָרטאָדאקסישער קאנצעליי, האָט אין זײַן עהרע די קאנצעליי טיילווײַז אַריבערגעפירט די אָנגייענדע אַקטיוויטעטן פון קלויזנבורג קיין ביסטריץ.
דער ערשטער אָפיציעלער רב פון דער שטאָט איז געוועזן הרב דוד יצחק קויפטייל.
דער לעצטער רב בעפאָר דעם חורבן איז געווען הרב מאיר שפיטץ, אַן איידעם פון הרב שלמה זלמן אולמאַן, וואָס האָט משמש געווען ברבנות בעפאָר אים, און נאָך זײַן פטירה איז ער כמעט איינשטימיג אויפגענומען געוואָרן אַלס זײַן נאָכפאָלגער טראָץ דעם וואָס עס זענען געוועזן עטליכע זין וואָס זענען אויך געווען ראוי און זענען אפילו געוועזן עלטער פון אים.