אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בינם העלער"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (אראפגענומען קאטעגאריע:ווארשע; צוגעלייגט קאטעגאריע:יידן פון ווארשע מיט HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022
בינם העלער (1908–1998) איז געווען א פאָעט (דיכטער).
לעבענסגעשיכטע
בינם העלער איז געבוירן אין יאר 1908 אין ווארשע. ביז 14 יאר געלערנט אין חדר און ישיבה. שפעטער געווארן אן ארבעטער. דעביוטרט אין יאר 1930. אין די יארן 1937-1939 געלעבט אין פאריז. צוריקגעקומען קיין ווארשע ערב דעם אויסברוך פון דעם צווייטן וועלט קריג. פון אקטאבער 1939 ביז דעצעמבער 1947 געלעבט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד (ביאליסטאק, אלמא-אטא, מאסקווע). אומגעקערט זיק קיין ווארשע. געווען דער רעדאקטאר פונעם ליטערארישן חודש-זשורנאל "יידישע שריפטן".
אין סעפטמבער 1956 געקומען אויף א באזוך קיין ישראל. אויף צוריקוועגס זיק אפגעשטעלט אין פראנקרייך און אין בעלגיע. געקומען אויף באזעצן זיך אין ישראל אין פעברואר 1957. ער איז געשטארבן אין יאר 1998 אין תל אביב.
ווערק
- דורך שטאכעטן (ווארשע, 1932)
- אין אומרו פון טעג (ווארשע, 1933)
- אויפן ווינט (ווארשע, 1936)
- לידער (מינסק, 1940)
- די ערד האט געציטערט (מאסקווע, 1947)
- דער וועג אויף ווארשע (מאסקווע, 1948)
- דורך שאט און שיין (לאדזש, 1948)
- פרילינג אין פוילן (ווארשע, 1950)
- היימערד (ווארשע, 1951)
- דאס ליד איז געבליבן - אנטאלאגיע - רעדאקטאר (ווארשע, 1951)
- געקליבענע לידער (ווארשע, 1952)
- אין אונדזער צייט (ווארשע, 1954)
- דאס ערשטע ליד (ווארשע, 1956)
- קלארקייט (ווארשע, 1957)
- ביים ראנד (ירושלים, 1957)
- נייע לידער (תל אביב, 1964)
- דור און דויער (תל אביב, 1967)
- א בוים אין אוונט (תל אביב, 1971)
- אין ווארשעווער געטא איז חודש ניסן (תל אביב, 1973)
- ביחידות (תל אביב, 1975)
- דאס צוגעזאגטע ווארט (תל אביב, 1980)
- זיי וועלן אויפשטיין (תל אביב, 1984)
- דער גייסט פונעם שטורעם (תל אביב, 1992)