אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בטחון"
ק (wikidata interwiki) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022
בטחון אין אידישקייט איז דער אמונה אין אייבערשטן זיך צו פארלאזן אויף גאט אין אלע אומשטענדן, און גלייבן אז מען קען זיך באמת פארלאזן בלויז אויף גאט אליין.
אמונה און בטחון
אמונה ווערט צעטיילט אין 5 הויפט תולדות מעשיות וואס איז מחייב דעם מענטש צו לעבן מיט; 1. יראת ה'; 2. בטחון; 3. אהבת ה'; 4. דבקות; 5. עבודת ה'.
וויסן קעגן גלויבן
אדער בעסער געזאגט: אמונה פשוטה וואס דאס איז גלויבן קעגן פילאזאפיע וואס וויל מער זיך פארלייגן אויף דעם וויסן פון באשעפער. אין מער פרומע קרייזן האט זיך אוועקגעשטעלט א יסוד אין אידישקייט, אז מען טאר נישט זיכן און פרעגן, נאר גלייבן ווי א ראבאט מאשין אן קיין בירורים. דאס האט זיך אנטוויקעלט אין די צייטן פון רמב"ם, ווען זיינע תלמידים זענען אראפ פון אידישן וועג צוליב זיין פאלאזאפיע שיטה. לויט זיי איז דער אמונה דורך לערנען אביי ורבא, גמרא רשי און תוספות, און נישט דורך חקרענען און זיך פארטיפן אין די נאטור און וועגן פון באשפער. און ווי ווייניגער מען פארשטייט אלס בעסער איז די אמונה ווי מ'זעהט אייביג אין שווערע צייטן האט כלל ישראל איבערגעלעבט בזכות נשים צדקניות, וואס זיי זענען דער מערסטע אומוויסענד אין טראכטן, און דאס איז זיי בייגעשטאנען די תמימות צו ראטעווען אונזער פאלק.
אבער סאיז דא פרומע וואס האבן יא אנגענומען די רמב"ם'ס מהלך פון פיליזאפיע, אז מען קען נישט באמת גלייבן אן זיך פארענטפערן די שוועריגקייטן און זיך פלאגן צו פארשטיין די שווערע חכמה פון דעת ה'. ווייל אמונה פשוטה איז אפשר גוט און וואול ווען מען האט נישט קיין שוועריגקייטן און די באן פארט, אבער יעדעס קליינעם נסיון קען דאס אויפשאקעלן, דאן ווערט מבורר למפרעאז דאס איז נישט געווען קיין גלויבן, נאר בלויז א נישט נישט גלויבן, און מיר זענען באפוילן צו גלייבן און נישט נישט צו גלייבן.