אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לאסלא סאבא"
ק (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי") |
ק (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו") |
||
שורה 5: | שורה 5: | ||
סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין [[בודאַפּעשט]], [[אונגערן]], דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגערישע שאָך מייסטערשאַפט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין [[טאַטאַ]] (Tatatóváros), און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן זיין לאַנד אין דער וואַרשעווער אָלימפּיאַדע פון 1935. | סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין [[בודאַפּעשט]], [[אונגערן]], דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגערישע שאָך מייסטערשאַפט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין [[טאַטאַ]] (Tatatóváros), און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן זיין לאַנד אין דער וואַרשעווער אָלימפּיאַדע פון 1935. | ||
צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פון די אַנדערע אונגערישע שפּילערס. | צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פון די אַנדערע אונגערישע שפּילערס. | ||
אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פיגור אין אונגערן, איינער פון די אונגערישע שאָך־אָבות וואָס האָט פריער אויך טרענירט די וועלט־מייסטערס מאַקס | אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פיגור אין אונגערן, איינער פון די אונגערישע שאָך־אָבות וואָס האָט פריער אויך טרענירט די וועלט־מייסטערס מאַקס אָווע (Max Euwe) און [[וועראַ מענטשיק]] (Vera Menchik). | ||
ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטלעכע גרויסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין [[הייסטינגס]] אין 1938-39. ער האָט אויך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. | ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטלעכע גרויסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין [[הייסטינגס]] אין 1938-39. ער האָט אויך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. | ||
נאָך דעם אויסברוך פון דער מלחמה איז סאַבאָ | נאָך דעם אויסברוך פון דער מלחמה איז סאַבאָ אַוועקגעשיקט געוואָרן אויף צוואַנגאַרבעט, און שפּעטער איז ער געוואָרן אַ קריגס־געפאַנגענער ביי די רוסן. | ||
נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך | נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געווען צו שפּילן שאָך און אָנטייל גענומען אין אַ סך בכּבוד'יגע אינטערנאַציאָנאַלע טורנירן. ער האָט דערגרייכט דעם פינפטן פּלאַץ אינעם טורניר פון גראָנינגען (1946), אַ גאָר שטארקער טורניר וואוּ עס האָבן געשפּילט די בעסטע שפּילערס אין דער וועלט אַזוי ווי באָטוויניק, אָווע, סמיסלאָוו, ניידאָרף, באָלעסלאַווסקי און קאָטאָוו. אין דעם טורניר פון סאַלציאָבאַדען (Saltsjöbaden Interzonal) אין 1948 איז ער געווען דער צווייטער נאָך בראָנשטיינען, און אינעם זעלבן יאָר האָט ער געוואוּנען דעם ערשטן פּלאַץ אין הייסטינגס. | ||
סאַבאָ איז געווען דער בעסטער שאָך־שפילער אין אונגערן במשך פון 20 יאָר (ביז פּאָרטיש האָט איבערגענומען דעם ערשטן פלאַץ). דעם הויכפּונקט פון זיין קאַריערע האָט ער דערגרייכט | סאַבאָ איז געווען דער בעסטער שאָך־שפילער אין אונגערן במשך פון 20 יאָר (ביז פּאָרטיש האָט איבערגענומען דעם ערשטן פלאַץ). דעם הויכפּונקט פון זיין קאַריערע האָט ער דערגרייכט ווען ער איז געווען צווישן די 12 בעסטע שפּילערס אין דער וועלט. | ||
סאַבאָס משפּחה האָט געשאָנקען זיין שאָך־ביבליאָטעק און | סאַבאָס משפּחה האָט געשאָנקען זיין שאָך־ביבליאָטעק און אַרכיוו דער פאָלקס־ביבליאָטעק פון [[קליוולענד]] (Cleveland Public Library) וואָס אַנטהאַלט די גרעסטע שאָך־זאַמלונג אין דער וועלט, 32,568 בענדער. | ||
{{גרונטסארטיר:סאבא}} | {{גרונטסארטיר:סאבא}} |
רעוויזיע פון 18:25, 1 יאנואר 2023
לאַסלאָ סאַבאָ (אונגאַריש: László Szabó; 19טן מערץ 1917 - 8טן אויגוסט 1998) איז געווען אַן אונגערישער שאכשפיל גרויסמייסטער.
סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אונגערן, דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגערישע שאָך מייסטערשאַפט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין טאַטאַ (Tatatóváros), און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן זיין לאַנד אין דער וואַרשעווער אָלימפּיאַדע פון 1935. צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פון די אַנדערע אונגערישע שפּילערס. אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פיגור אין אונגערן, איינער פון די אונגערישע שאָך־אָבות וואָס האָט פריער אויך טרענירט די וועלט־מייסטערס מאַקס אָווע (Max Euwe) און וועראַ מענטשיק (Vera Menchik).
ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטלעכע גרויסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין הייסטינגס אין 1938-39. ער האָט אויך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. נאָך דעם אויסברוך פון דער מלחמה איז סאַבאָ אַוועקגעשיקט געוואָרן אויף צוואַנגאַרבעט, און שפּעטער איז ער געוואָרן אַ קריגס־געפאַנגענער ביי די רוסן.
נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געווען צו שפּילן שאָך און אָנטייל גענומען אין אַ סך בכּבוד'יגע אינטערנאַציאָנאַלע טורנירן. ער האָט דערגרייכט דעם פינפטן פּלאַץ אינעם טורניר פון גראָנינגען (1946), אַ גאָר שטארקער טורניר וואוּ עס האָבן געשפּילט די בעסטע שפּילערס אין דער וועלט אַזוי ווי באָטוויניק, אָווע, סמיסלאָוו, ניידאָרף, באָלעסלאַווסקי און קאָטאָוו. אין דעם טורניר פון סאַלציאָבאַדען (Saltsjöbaden Interzonal) אין 1948 איז ער געווען דער צווייטער נאָך בראָנשטיינען, און אינעם זעלבן יאָר האָט ער געוואוּנען דעם ערשטן פּלאַץ אין הייסטינגס.
סאַבאָ איז געווען דער בעסטער שאָך־שפילער אין אונגערן במשך פון 20 יאָר (ביז פּאָרטיש האָט איבערגענומען דעם ערשטן פלאַץ). דעם הויכפּונקט פון זיין קאַריערע האָט ער דערגרייכט ווען ער איז געווען צווישן די 12 בעסטע שפּילערס אין דער וועלט.
סאַבאָס משפּחה האָט געשאָנקען זיין שאָך־ביבליאָטעק און אַרכיוו דער פאָלקס־ביבליאָטעק פון קליוולענד (Cleveland Public Library) וואָס אַנטהאַלט די גרעסטע שאָך־זאַמלונג אין דער וועלט, 32,568 בענדער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!