אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יוסף אליהו הענקין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט יוסף אליהו הענקין צו רבי יוסף אליהו הענקין)

רעוויזיע פון 11:47, 23 דעצעמבער 2022

רבי יוסף אליהו הענקין
געבורט קלימאוויטש
זיינע רביס הרב איסר זלמן מעלצער

הרב יוסף אליהו הענקין (א' אדר א' ה'תרמ"א - י"ג אב ה'תשל"ג; 1881-1973) איז געווען פון די גרעסטע פוסקים אין די פאראייניגטע שטאטן אינעם 20סטן יארהונדערט און דער מנהל פון דער "עזרת תורה" ארגאניזאציע.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין קלימאוויטש, מאהליווער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אין בעלארוס), צו זיין פאטער וואס איז געווען א ראש ישיבה. אין זיין יונגט איז ער געווארן באוואוסט ווי א וואונדערקינד. ביז זיין בר מצוה האט ער געלערנט אין קלימאוויטש, און אין דער נאענטער שטעטל קריטשאוו ביים שטאטס רב, דער חב"דסקער הרב יהודה לייב קריינדל, וואס איז שפעטער געווארן זיין שווער. נאכהער האט ער געלערנט איין יאר אין שטעטל קארעליץ. ביי דער עלטער פון 16, אין תרנ"ז (1897), איז ער געפארן אינעם שטעטל סלוצק און געווארן איינער פון דער ערשטער תלמידים אין דער סלוצקער ישיבה, וואס הרב איסר זלמן מעלצער האט אויפגעשטעלט יענע יאר מיט 14 תלמידים וואס זענען געקומען מיט אים פון דער סלאבאדקער ישיבה.

נאך זעקס יאר לערנען אין סלוצק, אין וועלכער צייט איז הרב הענקין געווארן באקאנט ווי איינער פון די עילויים אין דער ישיבה און איז געווארן א תלמיד מובהק‏ פון הרב איסר זלמן מעלצער, האט ער באקומען היתר הוראה פון פיר באקאנטע רבנים: זיין רבי הרב איסר זלמן מעלצער, דער רידב"ז דעמאלסטיגער סלוצקער רב, הרב ברוך בער לייבאוויץ וואס איז געווען רב אין דעם נאענטן שטעטל האלוסק, והרב יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, דער 'ערוך השלחן'.

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!