אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גאלדן בערי"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 46: | שורה 46: | ||
[[קאטעגאריע:פרוכט]] | [[קאטעגאריע:פרוכט]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 23:11, 22 דעצעמבער 2022
דער גאָלדן בערי (ענגליש: golden berry, וויסנשאפטליכער נאמען: Physalis peruviana) איז א קליינע אראנדזש-גאלד רונדיגער פרוכט וואס וואקסט ארומגענומען מיט דינע גרינע בלעטלעך ווי א סארט פאנצער אדער שטייג פון פאפיר.
ס'איז זיס מיט עסבארע קערלעך דערין.
באטאניש איז די פרוכט פון די פאמיליע פון פאמידארן, פאטלעזשאן, קארטאפל און נאך. עס האט נישט קיין פארבינדונג מיט קארשן אדער אנדערע בערי'ס.
נעהמען
די פרוכט איז באקאנט אונטער פארשידענע נעהמען, פאלגנד איז א טייל פון זיי:
- Cape gooseberry, אין צפון אפריקע
- אינקע בערי
- Aztec berry
- giant ground cherry
- African ground cherry
- Peruvian groundcherry
- Peruvian cherry
- pok pok, מאדאגאסקאר
- poha, האוואַיאי
- ras bhari, אינדיע
- aguaymanto, פערו
- uvilla, עקוועדאר
- uchuva, קאלאמביע
- harankash, עגיפטן
- ליבע אין א שטייג, פראנקרייך
- Physalis, פאראייניגטע קעניגרייך (נאר די פרישע, פארטריקנטע ווערט פארקויפט אונטערן נאמען "גאלדן בערי")
- אין מדינת ישראל פלאנצט מען עס אונטערן נאמען שלפח אדער דודבן אהבה[1].
היסטאריע
ארגינעל קומט די פרוכט פון לענדער אין צפון אמעריקע ווי פערו, קאלאמביע און עקוואדאר וואו עס וואקסט ווילד. הערשט לעצטנס האט מען עס אנגעהויבן ספעציעהל פלאנצן כדי צו פארקויפן.
אינעם אכצנטן יאהר-הונדערט האט מען עס אנגעהויבן צו פלאנצן אין ענגלאנד און אינעם אנהייב פונעם ניינצנטן יאהר-הונדערט טרעפט מען עס שוין אין צפון אפריקע.
נוטריענטן
- וויטעמין עי
- סי
- בּי-12[2]
וועב לינקען
- די געזונט בענעפיטן פונעם בערי http://www.globalhealingcenter.com/natural-health/health-benefits-of-golden-berries/
- איבערן פלאנצן און נאך https://www.youtube.com/watch?v=bz4hyj6Qrw8
- http://renegadehealth.com/blog/2014/05/30/incan-golden-berries-10-benefits-of-a-peruvian-super-food
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!