אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:משה אוישער"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 22: | שורה 22: | ||
[[קאַטעגאָריע:רומענישע יידן]] | [[קאַטעגאָריע:רומענישע יידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך זינגערס]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך זינגערס]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 14:14, 22 דעצעמבער 2022
משה אוישער (בעסאראביע, 1906 - ניו יארק, דעם 27סטן נאוועמבער 1958) איז געווען א וועלט בארימטער חזן, אקטיאר און זינגער.
ער איז געקומען וואוינען קיין קאנאדע, מיט זיין פאמיליע, אין 1921. ער האט זיך אנגעשלאסן אין א טעאטער, שפעטער איז ער ארום געפארן אין דרום אמעריקע. ווען ער איז צוריק קיין ניו יארק, האט ער געזוכט ארבעט, ער איז אנגענומען געווארן צו זיין חזן ימים נוראים, אין דער רומענישער שול, דאס האט אים געמאכט זייער פאפולער אין דער יידישער גאס.
ער האט געשפילט אויף דריי פילמען איידער דער צווייטער וועלט מלחמה.
- "דעם חזנס זונדל", ארויסגעקומען אין אמעריקע 1937.
- "יענקל דער שמיד", אויך פון אמעריקע, 1938.
- "דער ווילנער שטאט חזן", ארויס אין 1940.
איין מאל האט ער געשפילט אין אן ענגליש־שפראך פילם, זינגען אין דעם פינצטערניש.
ער איז באצייכנט געווארן אלס דער אריה השואג, און זיינע לידער און ווערק זענען אסאך געווען אויפן יידישן ראדיא אין ניו יארקער אומגעגנט.
וועבלינקען
- משה דאווענט פאר כל נדרי, אין דער פילם "דער ווילנער שטאט חזן".
- הלוואי ויר פיל געווען א פלאמען בוים, זינגען מיט די צוויי שוועסטער בארי, אין דער רעקארד יידישע גאלדענע לידער
- רייגן (תפלת גשם - בעבורו אל תמנע מים)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!