אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה גאלדמאן (זוועהיל-צאנז)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 37: שורה 37:
[[קאַטעגאָריע:צאנז]]
[[קאַטעגאָריע:צאנז]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 00:35, 22 דעצעמבער 2022

צאנז-זוועהילער רבי
הרב שלמה גאלדמאן
Zvill.jpg
געבורט ירושלים

רבי שלמה גאלדמאן (גבוירן ח' ניסן ה'תש"ז - כ"ז תמוז ה'תשע"ז; 1טן אפריל 1947 - 21סטן יולי 2017) איז געווען  דער זוועהיל-צאנזער רבי אין יוניאן סיטי, ניו זשערסי. ער האט געדינט ווי רב און ראש ישיבה אין דער צאנז-קלויזנבורג קהילה אין יוניאן סיטי פון די תש"ל יארן. נאך דער פטירה פון זיין שווער הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון צאנז-קלויזנבורג אין 1994 האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע ביז זיין פטירה אין תשע"ז.[1] 

לעבנסגעשיכטע

ער איז געווען דער פערטער זון פון רבי מרדכי גאלדמאן, דער זעקסטער זוועהילער רבי. זיין מוטער מרת אסתר שיינא רחל איז געווען א טאכטער פון רבי שמואל מרדכי שפירא פון נעשכיז. אין יאר תשכ"ד הא ער געלערנט אין דער צאנזער ישיבה.

אין תשכ"ז האט ער חתונה געהאט מיט מרת לאה האלבערשטאם, טאכטער פון זיין רבי'ן,  דער אדמו"ר פון צאנז-קלויזנבורג, הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם. שפעטער האט זיין שווער אים באשטימט ראש ישיבה פון דער צאנזער ישיבה אין  יוניאן סיטי. מיט דער לויף פון דער צייט האט מען אים באשטימט רב פון דער קהילה דארט. נאך דער פטירה פון זיין שווער האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע, אזוי ווי זיינע שוואגערס, רבי צבי אלימלך האלבערשטאם צאנזער רבי אין ארץ ישראל, און רבי שמואל דוד האלבערשטאם, צאנז-קלויזנבורגער רבי אין אמעריקע.

ער איז נפטר געווארן כ"ז תמוז תשע"ז, קינדערלאז. מען מכתיר געווען אלס ממלא מקום זיין שוואגער רבי שאול יודא פריזאנט (אויך אן איידעם ביי הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון צאנז-קלויזנבורג), אויך האט מען מכתיר געווען אלס זוועהילער רבי רבי אליעזר גאלדמאן, א זון פון זיין ברודער רבי יעקב לייב און אן איידעם פון רבי דוד טווערסקי פון סקווירא.[2]

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!