אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם אזולאי"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט אברהם אזולאי צו רבי אברהם אזולאי) |
רעוויזיע פון 00:02, 20 דעצעמבער 2022
החכם הרב אברהם אזולאי (נפ' כ"א מרחשון ה'ת"ד), דער זיידע פונעם חיד"א איז געווען א גרויסער בעל מקובל און גאון און מחבר פון עטלעכע ספרים.
ער איז געבוירן צו זיין טאטן ר' מרדכי אזולאי. די משפחה שטאמט פון זייער א גרויסן יחוס, שטאמען פון די רבנים פון קאשטיליא, און ביי דעם גירוש ספרד זענען זיי פארטריבן געווארן קיין שטאט פאס אין ברבריא.
נאך עטליכע יאר איז חרוב געווארן די שטאט פאס, און נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער גענומען צוריק דעם וואנדער שטעקן און זיך געלאזט פארן קיין ארץ ישראל.
אינמיטן וועג איז געקומען א שטורעם ווינט וואס האט כמעט צובראכן די שיף, ביז מען איז געקומען צו א בארטן אין אפריקא קאפוטיקיא, זיי האבן אלעס איבערגעלאזט אין שיף און שנעל געלאפן אויף די טריקעניש ווייל די ווינט האט זייער געבודזשעוועט, פלוצלונג איז געקומען די ווינט און האט דערטרונקען דעם שיף, זיי זענען ניצול געווארן פון דעם דורך א נס, ר' אברהם אזולאי פארציילט דאס אין זיין ספר בעלי ברית אברהם, ער איז זיך זייער מצער ווייל זיינע חידושים אויף די תורה איז דארט דערטרונקען געווארן.
דער חיד"א שרייבט אז צוליב דעם נס איז די חתימה פון זייער גאנצע משפחה משפחת אזולאי אזוי ווי א שיף, עס איז אין פארעם פון א שיף.
אנקומענדיג קיין ארץ ישראל איז ער געקומען קיין חברון, און האט זיך באקענט מיט דעם גאון ר' אליעזר בן ארחא, און האט דארט געטראפן כתבים פון ר' חיים וויטאל און פון ר' משה קארדאווערא.
אין יאר ה'שע"ט איז געווען א מגפה אין חברון, איז ער מיט זיין משפחה שנעל אנטלויפן קיין ירושלים.
זיינע ספרים חסד לאברהם, בעלי ברית אברהם, קרית ארבע א פי' אויפן זוהר, אהבה בתענוגים א פי' אויף משניות.
דער חיד"א באטיטלט איהם מז"ה מ'ורי ז'קני ה'רב, אין זיין ספר שו"ת חיים שאל (סי' ס"ח בח"א) פרעגט איהם איינע אהן פארוואס שרייבט ער אויף איהם זקני הרב אינדעצייט וואס ער איז גאר זיין עלטער זיידע נישט זיין זיידע, ענטפער דער חיד"א אז דאס טרעפט זיך אין די וועלט פון ספרים אז מען רופט א עלטער זיידע אלס זיידע ווי מען זעהט אז דער זון פון רשב"ץ רופט אן זיין עלטער זיידע דער רמב"ן מיטן נאמען "זיידע".
זיינע איידעמער זענען אויך געווען גרויסע גאונים. ר' בנימין זאבי דער טאטע פונעם גאון ר' ישראל זאבי. ר' דוד יצחקי דער טאטע פונעם גאון ר' אברהם יצחקי דער מחבר פונעם ספר זרע אברהם.
זיין זון רבי יצחק אזולאי האט געהאט א זון ר' ישעיהו אזולאי, וואס איז געווען דער זיידע פון דער חיד"א.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!