אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאדיע מאלאדאווסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "בֿ" ב־"ב")
ק (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")
שורה 5: שורה 5:
==ביאָגראַפיע==
==ביאָגראַפיע==


מאָלאָדאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין [[ברעזע]], [[ווײַסרוסלאַנד]], די צווייטע פון פיר קינדער. איר טאַטע איז געווען אַ מלמד אין א חדר און אַ משׂכּיל. איר מאַמע איז געווען א האַנדלער אויף א קראָם. מאלאדאווסקי האָט זיך געלערנט רעדן [[יידיש]] בײַ איר זײדן און לשון–קודש בײַ איר טאַטע. נאָך איר מיטלשול עקזאַמענס, איז מאָלאָדאָווסקי געוואָרן א לערערקע אין יידישער טאָגשול. נאָך דעם איז זי געווען א לערערקע פאַר פליטים פון פאָגראמען.
מאָלאָדאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין [[ברעזע]], [[ווייסרוסלאַנד]], די צווייטע פון פיר קינדער. איר טאַטע איז געווען אַ מלמד אין א חדר און אַ משׂכּיל. איר מאַמע איז געווען א האַנדלער אויף א קראָם. מאלאדאווסקי האָט זיך געלערנט רעדן [[יידיש]] ביי איר זײדן און לשון–קודש ביי איר טאַטע. נאָך איר מיטלשול עקזאַמענס, איז מאָלאָדאָווסקי געוואָרן א לערערקע אין יידישער טאָגשול. נאָך דעם איז זי געווען א לערערקע פאַר פליטים פון פאָגראמען.


אין 1921 האָט זי חתונה געהאַט מיט שמחה–לעוו'ן. זיי האָבן געוווינט אין [[וואַרשע]] ביז 1935 ווען מאָלאָדאָווסקי האָט זיך אַריבערגעקליבן אין ניו יאָרק. איר מאַן האָט זי נאָכגעפאָלגט אין 1937 אָדער 1938. פון 1948 ביז 1952 האָבן זיי געוווינט אין תל–אביב. אין 1971 האט מאלאדאווסקי באקומען דעם [[יצחק מאַנגער]] אויסצייכענונג פּריז.
אין 1921 האָט זי חתונה געהאַט מיט שמחה–לעוו'ן. זיי האָבן געוווינט אין [[וואַרשע]] ביז 1935 ווען מאָלאָדאָווסקי האָט זיך אַריבערגעקליבן אין ניו יאָרק. איר מאַן האָט זי נאָכגעפאָלגט אין 1937 אָדער 1938. פון 1948 ביז 1952 האָבן זיי געוווינט אין תל–אביב. אין 1971 האט מאלאדאווסקי באקומען דעם [[יצחק מאַנגער]] אויסצייכענונג פּריז.
שורה 17: שורה 17:
==ביבליאָגראַפיע==
==ביבליאָגראַפיע==


העלערשטײַן, קאַטערין. ,,קאַדיע מאָלאָדאָווסקי'' יידישע פרויען ענציקלאָפּעדיע. (http://jwa.org/encyclopedia/article/molodowsky-kadya)
העלערשטיין, קאַטערין. ,,קאַדיע מאָלאָדאָווסקי'' יידישע פרויען ענציקלאָפּעדיע. (http://jwa.org/encyclopedia/article/molodowsky-kadya)


==ועבלינקען==
==ועבלינקען==

רעוויזיע פון 11:20, 13 דעצעמבער 2022

 

קאדיע מאלאדאווסקי

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (10טן מאי 1894–23סטן מערץ 1974) איז געווען אַ יידיש־שפראך שרייבערין און קריטיקער. זי האָט געשריבן לידער, עסייען אין זשורנאַלן ווי ,,ליטערערעשע בלעטער’’, און צווײ ראָמאַנען. זי  איז אויך געווען אַ רעדאַקטאָר פאַר צווײ זשורנאַלן ("הײם’’ אין ישׂראל און "סביבה’’ אין פּוילן און ניו יאָרק).

ביאָגראַפיע

מאָלאָדאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין ברעזע, ווייסרוסלאַנד, די צווייטע פון פיר קינדער. איר טאַטע איז געווען אַ מלמד אין א חדר און אַ משׂכּיל. איר מאַמע איז געווען א האַנדלער אויף א קראָם. מאלאדאווסקי האָט זיך געלערנט רעדן יידיש ביי איר זײדן און לשון–קודש ביי איר טאַטע. נאָך איר מיטלשול עקזאַמענס, איז מאָלאָדאָווסקי געוואָרן א לערערקע אין יידישער טאָגשול. נאָך דעם איז זי געווען א לערערקע פאַר פליטים פון פאָגראמען.

אין 1921 האָט זי חתונה געהאַט מיט שמחה–לעוו'ן. זיי האָבן געוווינט אין וואַרשע ביז 1935 ווען מאָלאָדאָווסקי האָט זיך אַריבערגעקליבן אין ניו יאָרק. איר מאַן האָט זי נאָכגעפאָלגט אין 1937 אָדער 1938. פון 1948 ביז 1952 האָבן זיי געוווינט אין תל–אביב. אין 1971 האט מאלאדאווסקי באקומען דעם יצחק מאַנגער אויסצייכענונג פּריז.

מאָלאָדאָווסקי איז געשטאָרבן אין פילעדעלפיע אין 1974.

שריפטן

מאָלאָדאָווסקי האָט פאַרעפנטלעכט איר ערשטע ליד אין 1920. אין 1927 האָט זי פאַרעפנטלעכט ,,חשווענדיקע נאכט’’ וואָס זענען לידער וועגן יידישע פרויען אין מזרח אייראָפע. דאָס איז געווען איר גרויסע טעמע ביז דער צווייטער וועלט–מלחמה. אין איר צייט איז זי באַוווסט פאַר אירע לידער פאַר קינדער, וואָס זי האָט פאַרעפנטלעכט אין איבערזעצונגען אויף העברעיִש. זי האָט געשריבן צוויי ביכער פאַר קינדער, איינע אין 1930 און אַן אַנדער אין 1938. פאַר דער מלחמה האָט מאָלאָדאָווסקי פאַרעפנטלעכט זעקס בענדער פון פּאַעזיע און איז אויך געווען אַ רעדאַקטאָר. נאָך דער מלחמה האָט זי ממשיך געווען צו שרייבן לידער, און זי האָט נאָך אַ מאָל געאַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר .

ביבליאָגראַפיע

העלערשטיין, קאַטערין. ,,קאַדיע מאָלאָדאָווסקי יידישע פרויען ענציקלאָפּעדיע. (http://jwa.org/encyclopedia/article/molodowsky-kadya)

ועבלינקען