אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גריגארי קאנאוויטש"
ק (החלפת טקסט – "ייִדנטום" ב־"אידנטום") |
ק (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי") |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
גריגאָרי קאַנאָוויטשעס ביכער זענען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף צוועלף שפּראַכן, בתוכם ענגליש, דייטש, העברעיִש, פראַנצויזיש, טשעכיש, פּויליש, אונגאַריש, עספּעראַנטאָ און נאך. אויסצוגן פון זיין ראָמען "פייגל איבערן בית-עלמין" און "באַזונדערע דערציילונגען" זענען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין איבערזעצונגען אויף ייִדיש אויף די שפּאַלטן פון "[[ביראָבידזשאַנער שטערן]]" און "[[ירושלימער אַלמאַנאַך]]". | גריגאָרי קאַנאָוויטשעס ביכער זענען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף צוועלף שפּראַכן, בתוכם ענגליש, דייטש, העברעיִש, פראַנצויזיש, טשעכיש, פּויליש, אונגאַריש, עספּעראַנטאָ און נאך. אויסצוגן פון זיין ראָמען "פייגל איבערן בית-עלמין" און "באַזונדערע דערציילונגען" זענען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין איבערזעצונגען אויף ייִדיש אויף די שפּאַלטן פון "[[ביראָבידזשאַנער שטערן]]" און "[[ירושלימער אַלמאַנאַך]]". | ||
== | ==זיינע ראָמאַנען== | ||
* Я смотрю на звезду, Вильнюс, 1959 | * Я смотрю на звезду, Вильнюс, 1959 | ||
* Свечи на ветру, Вильнюс, 1979 | * Свечи на ветру, Вильнюс, 1979 | ||
שורה 22: | שורה 22: | ||
==וועבלינקען== | ==וועבלינקען== | ||
* [http://www.gkanovich.com/ | * [http://www.gkanovich.com/ וועבזייטל פון גריגאָרי קאַנאָוויטש] (רוסיש, ליטוויש און ענגליש) | ||
{{גרונטסארטיר:קאנאוויטש, גריגארי}} | {{גרונטסארטיר:קאנאוויטש, גריגארי}} |
רעוויזיע פון 11:16, 13 דעצעמבער 2022
גריגאָרי קאַנאָוויטש (רוסיש: Григорий Канович, ליטוויש: Grigorijus Kanovičius, העברעיש: גריגורי כנוביץ; דער ארגינעלער נאָמען – יעקב קאַנאָוויטש, געבוירן אין 1929, אינעם שטעטל יאַנאָווע לעבן קאָוונע) איז אַ רוסיש-שפּראַכיקער ייִדישער שרייבער. ער האָט געשריבן אויך אויף ליטוויש.
לעבנסגעשיכטע
גריאָרי קאַנאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון אַ שניידער. אין 1953 האָט ער פאַרענדיקט דעם היסטאָריש-פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם ווילנער אוניווערסיטעט. גריגאָרי קאַנאָוויטש האָט דעביוטירט אין פּרעסע אין 1949. אין 1955 איז אין ווילנע דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג «Доброе утро» ("גוט מאָרגן"). אָנגעשריבן אַרום דרייסיג פּיעסעס און קינאָ-סצענאַרן, איבערגעזעצט קינסטלערישע פּראָזע פון ליטוויש און פון אידיש אין רוסיש. גריגאָרי קאַנאָוויטשעס אָריגינעלע רוסיש-שפּראַכיקע פּראָזע איז כמעט פולקאם געווידמעט דעם לעבן פונעם ליטווישן אידנטום.
אין 1989 איז גריגאָרי קאַנאָוויטש אויסדערוויילט געוואָרן אַלס פאָלקס-דעפּוטאַט פון פססר. אין דעם זעלבן יאָר איז ער געווען אַ דעלעגאַט אויפן ערשטן צוזאַמענפאָר פונעם וועד פון די ייִדישע קהילות פון פפסר. אין 1989 – 1993 איז גריגאָרי קאַנאָוויטש געשטאַנען בראש פון דער ייִדישער קהילה פון ליטע. אין 1993 איז ער עולה געווען קיין ישראל. ער וווינט אין בת-ים.
גריגאָרי קאַנאָוויטשעס ביכער זענען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף צוועלף שפּראַכן, בתוכם ענגליש, דייטש, העברעיִש, פראַנצויזיש, טשעכיש, פּויליש, אונגאַריש, עספּעראַנטאָ און נאך. אויסצוגן פון זיין ראָמען "פייגל איבערן בית-עלמין" און "באַזונדערע דערציילונגען" זענען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין איבערזעצונגען אויף ייִדיש אויף די שפּאַלטן פון "ביראָבידזשאַנער שטערן" און "ירושלימער אַלמאַנאַך".
זיינע ראָמאַנען
- Я смотрю на звезду, Вильнюс, 1959
- Свечи на ветру, Вильнюс, 1979
- Слезы и молитвы дураков, Вильнюс, 1983
- И нет рабам рая, Вильнюс, 1985
- Козленок за два гро¬ша, Вильнюс, 1989
- Улыбнись нам, Господи, Вильнюс, 1989
- Парк забытых евреев, Иерусалим, 1997
- Очарованье сатаны, Иерусалим, 2007
- Местечковый романс, Иерусалим, 2013
וועבלינקען
- וועבזייטל פון גריגאָרי קאַנאָוויטש (רוסיש, ליטוויש און ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!