אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חיים לענסקי"
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (6), וווּ ← וואוּ, וּוו ← וּאוו) |
ק (החלפת טקסט – " מע " ב־" מען ") |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
איינצייטיק האָט חיים לענסקי געשריבן לידער אויף העברעיִש און געשיקט זיי קיין [[ארץ ישראל]], וואוּ זיי זענען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין אַלמאַנאַכן "כתובים" (1928 – 1930), "גלים" (1929 – 1930), "מאזניים" (1930 – 1933 און 1935 – 1939) און "גיליונות" (1934 – 1937). חיים לענסקי האָט אונטערגעהאַלטן אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט [[חיים נחמן ביאַליק]]ן, וועלכער האָט הויך געשעצט דעם טאַלאַנט פונעם יונגן דיכטער און געפּרוּאווט העלפן אים פאַרלאָזן דעם ראַטנפאַרבאַנד און עולה זיין. | איינצייטיק האָט חיים לענסקי געשריבן לידער אויף העברעיִש און געשיקט זיי קיין [[ארץ ישראל]], וואוּ זיי זענען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין אַלמאַנאַכן "כתובים" (1928 – 1930), "גלים" (1929 – 1930), "מאזניים" (1930 – 1933 און 1935 – 1939) און "גיליונות" (1934 – 1937). חיים לענסקי האָט אונטערגעהאַלטן אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט [[חיים נחמן ביאַליק]]ן, וועלכער האָט הויך געשעצט דעם טאַלאַנט פונעם יונגן דיכטער און געפּרוּאווט העלפן אים פאַרלאָזן דעם ראַטנפאַרבאַנד און עולה זיין. | ||
אין 1934 איז חיים לענסקי אַרעסטירט געוואָרן און פאַרמשפּט אויף 5 יאָר פון לאַגערן "פאַר קאָנטררעוואָלוציִאָנערער טעטיקייט" (פאַר דעם, וואָס ער האָט פאַרפאַסט לידער אויף העברעיִש און איבערשיקט זיי אין אויסלאַנד). האַרבסטצייט 1939 איז דער דיכטער באַפרייט געוואָרן. | אין 1934 איז חיים לענסקי אַרעסטירט געוואָרן און פאַרמשפּט אויף 5 יאָר פון לאַגערן "פאַר קאָנטררעוואָלוציִאָנערער טעטיקייט" (פאַר דעם, וואָס ער האָט פאַרפאַסט לידער אויף העברעיִש און איבערשיקט זיי אין אויסלאַנד). האַרבסטצייט 1939 איז דער דיכטער באַפרייט געוואָרן. מען האָט אים ניט דערלויבט וווינען אין [[לענינגראַד]] און ער האָט זיך באַזעצט אין מאַלאַיאַ ווישעראַ, 150 קילאָמעטער פון לענינגראַד. אין 1941 האָט מען אים ווידער אַרעסטירט און געשיקט אין לאַגער. ידיעות וועגן אים רייסן זיך איבער אַרום 1943. ס'איז דאָ פאַרשיידענע סברות וועגן זיין אומקום. | ||
חיים לענסקיס לידער, בתוכם אָנגעשריבענע אין לאַגערן, האָט מען איבערגעפירט קיין ישראל אין 1958 און אַרויסגעגעבן. דאָס איז אַן אוניקאַלער ליטעראַרישער דענקמאָל, וועלכער דערציילט אויף העברעיִש וועגן סטאַליניסטישע לאַגערן. | חיים לענסקיס לידער, בתוכם אָנגעשריבענע אין לאַגערן, האָט מען איבערגעפירט קיין ישראל אין 1958 און אַרויסגעגעבן. דאָס איז אַן אוניקאַלער ליטעראַרישער דענקמאָל, וועלכער דערציילט אויף העברעיִש וועגן סטאַליניסטישע לאַגערן. |
רעוויזיע פון 20:40, 12 דעצעמבער 2022
חיים לענסקי (העברעיִש: חיים לנסקי; 1905 – 1943 (בערך)) איז געווען אַ העברעיִשער דיכטער.
ביִאָגראַפיע
ער איז געבוירן געוואָרן 1905 אין דער שטאָט סלאָנים פון דער גראָדנער גובערניע (דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון ווייסרוסלאַנד). חיים לענסקי האָט באַקומען אַ טראַדיציִאָנעלן ייִדישן חינוך. ערשטע לידער האָט ער אָנגעשריבן אין דער עלטער פון 12 יאָר. אין 1921 האָט ער זיך איבערגעצויגן קיין ווילנע און זיך געלערנט דאָרט אין לערער-סעמינאַר "תרבות". האַרבסטצייט אין 1923 איז דער דיכטער אומלעגאַל איבערגעגאַנגען די סאָוועטישע גרענעץ כדי קומען צו זיין פאָטער, וועלכער האָט געאַרבעט אלס בארג-אינזשעניער אין באַקו. די סאָוועטישע גרענעץ-וואַך האָט אים פאַרהאַלטן און ער איז אָנגעקומען קיין באַקו נאָר אין סוף 1924. דאָרט האָט האָט ער פאַרדינט אויפן לעבן מיט אונטעריכטן העברעיִש און מיט פאַרעפנטלעכן דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש אין דער אָרטיקער ייִדישער פּרעסע. אין 1925 איז אַריבערגעפאָרן קיין לענינגראַד. דאָרט האָט ער געלעבט ביז 1934 און געאַרבעט ווי אַ פּשוטער אַרבעטער אין אַרטעל "עמל", וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן דורך דער ציוניסטישער באַוועגונג "החלוץ".
איינצייטיק האָט חיים לענסקי געשריבן לידער אויף העברעיִש און געשיקט זיי קיין ארץ ישראל, וואוּ זיי זענען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין אַלמאַנאַכן "כתובים" (1928 – 1930), "גלים" (1929 – 1930), "מאזניים" (1930 – 1933 און 1935 – 1939) און "גיליונות" (1934 – 1937). חיים לענסקי האָט אונטערגעהאַלטן אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט חיים נחמן ביאַליקן, וועלכער האָט הויך געשעצט דעם טאַלאַנט פונעם יונגן דיכטער און געפּרוּאווט העלפן אים פאַרלאָזן דעם ראַטנפאַרבאַנד און עולה זיין.
אין 1934 איז חיים לענסקי אַרעסטירט געוואָרן און פאַרמשפּט אויף 5 יאָר פון לאַגערן "פאַר קאָנטררעוואָלוציִאָנערער טעטיקייט" (פאַר דעם, וואָס ער האָט פאַרפאַסט לידער אויף העברעיִש און איבערשיקט זיי אין אויסלאַנד). האַרבסטצייט 1939 איז דער דיכטער באַפרייט געוואָרן. מען האָט אים ניט דערלויבט וווינען אין לענינגראַד און ער האָט זיך באַזעצט אין מאַלאַיאַ ווישעראַ, 150 קילאָמעטער פון לענינגראַד. אין 1941 האָט מען אים ווידער אַרעסטירט און געשיקט אין לאַגער. ידיעות וועגן אים רייסן זיך איבער אַרום 1943. ס'איז דאָ פאַרשיידענע סברות וועגן זיין אומקום.
חיים לענסקיס לידער, בתוכם אָנגעשריבענע אין לאַגערן, האָט מען איבערגעפירט קיין ישראל אין 1958 און אַרויסגעגעבן. דאָס איז אַן אוניקאַלער ליטעראַרישער דענקמאָל, וועלכער דערציילט אויף העברעיִש וועגן סטאַליניסטישע לאַגערן.
זײַנע ביכער
- ילקוט שירים, הוצאת יחדיו, 1973.
- מעבר נהר הלתי, שירים, תל אביב תש"כ.
- הענף הגדוע, חיים לנסקי: שירים, מכתבים, ורשימות, עם אלישע רודין, ערך אברהם קריב, ירושלים: מוסד ביאליק.
וועבלינקען
- חיים לענסקיס ליד "המחול האחרון" ("דער לעצטער טאַנץ")
- א. קריב, חזיונות ודיוקנאות: שירי חיים לנסקי: "מכנף הארץ זמירות שמענני" דבר, 8טן דעצעמבער 1939 (אויף העברעיִש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!