אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אסיפ ראבינאוויטש"
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: וווּ ← וואוּ) |
ק (החלפת טקסט – "יידנטום" ב־"אידנטום") |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
== וועבלינקען == | == וועבלינקען == | ||
* [http://www.day.kiev.ua/ru/article/semeynyy-albom-ukrainy/kak-rabinovich-iz-kobelyak-stal-zashchitnikom-vsego-evreystva קאָנסטאַנטין באָברישטשעוו, "וויאַזוי איז ראַבינאָווישט פון קאָבעליאַקי געוואָרן דער באַשיצער פונען גאַנצן | * [http://www.day.kiev.ua/ru/article/semeynyy-albom-ukrainy/kak-rabinovich-iz-kobelyak-stal-zashchitnikom-vsego-evreystva קאָנסטאַנטין באָברישטשעוו, "וויאַזוי איז ראַבינאָווישט פון קאָבעליאַקי געוואָרן דער באַשיצער פונען גאַנצן אידנטום"] (אויף רוסיש) | ||
* [http://www.lechaim.ru/ARHIV/176/chernin.htm וועלוול טשערנין, '"אַ סך זאַכן האָט רב חיים שלום אפילו ניט פאַרשטאַנען": יידיש אַלס סובסטראַט פון אָסיפּ ראַבינאָוויטשעס רוסישער שפּראַך'] (אויף רוסיש) | * [http://www.lechaim.ru/ARHIV/176/chernin.htm וועלוול טשערנין, '"אַ סך זאַכן האָט רב חיים שלום אפילו ניט פאַרשטאַנען": יידיש אַלס סובסטראַט פון אָסיפּ ראַבינאָוויטשעס רוסישער שפּראַך'] (אויף רוסיש) | ||
רעוויזיע פון 12:33, 9 דעצעמבער 2022
יוסף (אָסיפּ אַראָנאָוויטש) ראַבינאָוויטש (רוסיש: Осип Аронович Рабинович;) 14טן יאנואר 1817 – 16טן אקטאבער 1869) איז געווען אַ רוסיש-שפּראַכיקער ייִדישער שריפטשטעלער, וועלכער איז באַטראַכט אַלס איינער פון די גרונטלייגער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף רוסיש און איינצייטיק - פון דער אָדעסער ליטעראַרישער טראַדיציע. אָסיפּ ראַבינאָוויטשעס שאַפונג האָט באַדייטנדיק משפּיע געווען אויף שפּעטערדיקע ייִדישע פּראָזע-שרייבער, בתום אויף שלום-עליכמען.
אָסיפּ ראַבינאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קאָבעליאַקי אין תחום-המושב פון דער רוסלענדישער אימפּעריע (איצט – אין באַשטאַנד פון דער פּאָלטאַווער געגנט פון אוקראַיִנע) אין אַ פאַרמעכלעכער משפּחה. ער האָט באַקומען אַלגעמיינע און ייִדישע בילדונג. אַסיפּ ראַבינאָוויטש זיך געלערנט אויפן מעדיצין-פאַקולטעט פונעם כאַרקאָווער אוניווערסיטעט, אָבער ער האָט ניט פאַרענדיקט אים צוליב מאַטעריעלע שוועריקייטן. אין 1845 איז דער קומענדיקער שרייבער געקומען קיין אָדעס, וואוּ ער איז געוואָרן אַן אַדוואָקאַט.
אָסיפּ ראַבינאָוויטש האָט דעביוטירט אַלס ליטעראַט, איבערזעצט אין 1847 פון העברעיִש אין רוסיש יעקב אייכענבאַומס פּאָעמע "הקרב". דערנאָך האָט ער געשריבן איבערהויפּט פּראָזע. די גרעסטע פּאָפּולערקייט האָט אים געבראַכט זיין גרעסער דערציילונג "געשיכטע וועגן דעם, ווי רב חיים שלום פייגיס האָט געוואַנדערט פון קעשענעוו קיין אָדעס, און וואָס האָט מיט אים פּאַסירט (1865). אָסיפּ ראַבינאָוויטש איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם ערשטן ייִדישן זשורנאַל אויף רוסיש "ראַססוועט" («Рассвет»), וועלכער איז דערשינען אין אָדעס אין 1860 – 1861.
אָסיפּ ראַבינאָוויטש איז געשטאָרבן אין מעראַן, עסטרייך-אונגאַרישע אימפּעריע (איצט איטאַליע).
זיינע ווערק
- Сочинения О.А.Рабиновича в трех томах, Петербург - Одесса, 1880, 1888
וועבלינקען
- קאָנסטאַנטין באָברישטשעוו, "וויאַזוי איז ראַבינאָווישט פון קאָבעליאַקי געוואָרן דער באַשיצער פונען גאַנצן אידנטום" (אויף רוסיש)
- וועלוול טשערנין, '"אַ סך זאַכן האָט רב חיים שלום אפילו ניט פאַרשטאַנען": יידיש אַלס סובסטראַט פון אָסיפּ ראַבינאָוויטשעס רוסישער שפּראַך' (אויף רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!