אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישראל האגער (אהבת ישראל)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: פרייטיג ← פרייטאג)
שורה 17: שורה 17:
==הסתלקות==
==הסתלקות==


'''רבי ישראל''' איז [[נפטר]] געווארן פרייטיג צו נאכט'ס [[ב' סיון]] [[ה'תרצ"ו]]. אום [[י"ג אייר]] [[ה'תש"ט]] האט מען ארויף געברענגט זיין [[ארון]] קיין [[ארץ ישראל]] אין ער ליגט אין [[בני ברק]].
'''רבי ישראל''' איז [[נפטר]] געווארן פרייטאג צו נאכט'ס [[ב' סיון]] [[ה'תרצ"ו]]. אום [[י"ג אייר]] [[ה'תש"ט]] האט מען ארויף געברענגט זיין [[ארון]] קיין [[ארץ ישראל]] אין ער ליגט אין [[בני ברק]].


==פאמיליע==
==פאמיליע==
שורה 60: שורה 60:
{{רעפליסטע}}
{{רעפליסטע}}


[[קאטעגאריע:וויזשניצער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:וויזשניצער אדמורי"ם]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 19:16, 8 דעצעמבער 2022

רבי ישראל האגער זצ"ל (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), דער דריטער וויזשניצער רבי. באקאנט מיט דעם נאמען "דער אהבת ישראל".

אפשטאם

רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין וויזשניץ ב' אלול ה'תר"ך, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, באקאנט אלס דער "אמרי ברוך" פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת ציפורה א טאכטער פון הרב אריה לייב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא, אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.

רבנות

רבי ישראל איז געווען אלט 14 יאר ווען ער האט באקומען היתר הוראה פונעם שואל ומשיב און פון בית שלמה.

נאך זיין חתונה איז רבי ישראל געבליבן צו וואוינען ביי זיין שווער אין דזשיקאוו. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב יהושע הורוויץ "דער עטרת ישועה". אין יאר ה'תרל"ח איז רבי ישראל צוריקגעפארן קיין וויזשניץ. נאך זיין פאטער'ס פטירה, כ' כסלו ה'תרנ"ג, האט מען אויפגענומען דעם בכור רבי ישראל אלס רבי, און ממלא מקום פון דעם פאטער.

אין ה'תרס"ג האט ער געגרינדעט א ישיבה גדולה פאר בחורים, וואס איז געווען א זעלטענע זאך אין יענע גלילות דעמאלטס.

ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז רבי ישראל אריבער קיין קיטוב, און אין יאר ה'תרע"ה ווען די רוסן האבן געהאלטן ביי אייננעמען בוקאווינא איז רבי ישראל אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן און האט זיך באזעצט אין גראסווארדיין.

הסתלקות

רבי ישראל איז נפטר געווארן פרייטאג צו נאכט'ס ב' סיון ה'תרצ"ו. אום י"ג אייר ה'תש"ט האט מען ארויף געברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל אין ער ליגט אין בני ברק.

פאמיליע

אין יאר ה'תרל"ה, ביי פופצן יאר, האט רבי ישראל געהייראט אין זשאבנא בזיווג ראשון מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם". זייערע קינדער:

  • מרת חיה, די ווייב פון הרב שלום רוקח, פון סקאהל.
  • מרת חוה, די ווייב פון הרב אלטער יחזקאל הורוויץ, פון דזשיקאוו.
  • מרת שרה, די ווייב פון הרב צבי חיים הורוויץ פון רימאנאוו.
  • מרת שיינא רחל די ווייב פון הרב אברהם יהושע העשל פון זשינקאוו.

זיינע ספרים

  • אהבת ישראל

זעט אויך

פריערדיגער:
הרב ברוך האגער
"אמרי ברוך"
דער וויזשניצער רבי
תרנ"ג-תרצ"ו
"אהבת ישראל"
נאָכפאלגער:
הרב חיים מאיר האגער
"אמרי חיים"


רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!