אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי בן-ציון הורוויץ"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (←רעפערענצן: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}}) |
||
שורה 21: | שורה 21: | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר | * ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר | ||
{{רעפערענצן}} | |||
[[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | [[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 14:56, 8 דעצעמבער 2022
רבי בן-ציון הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ה - ה'ת"ש), רב אין מיידאן.
אפשטאם
רבי בן-ציון איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב טוביה הורוויץ, רב אין מיידאן, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי בן-ציון איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, ער איז יונגערהייט געווארן א יתום פון זיין מוטער, און איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין פעטער רבי יהושע'לי. רבי בן-ציון איז געווען פון די ארגאניזירערס פון די אסיפת הרבנים (רבנישע צוזאמענקומפט) אין קראקא אין יאר ה'תרס"ג. ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי בן-ציון אנטלאפען קיין וויען. נאך די פטירה פון פאטער, איז רבי בן-ציון געווארן רב אין מיידאן, אלס ממלא מקום פון פאטער.
הסתלקות
רבי בן-ציון איז אומגעקומען אין ריישא אין יאר ה'ת"ש, הי"ד.
פאמיליע
רבי בן-ציון האט געהייראט מרת גאלדא לאה די טאכטער פון הרב פנחס ראבינאוויץ פון קינצק, א זון פון הרב צמח ראבינאוויץ פון שידלאווצא, א זון פון הרב נתן דוד ראבינאוויטש פון שידלאווצא. זיינע קינדער:
- מרת דבורה פערל, די ווייב פון הרב יהודה יהושע שפירא, א זון פון הרב מרדכי שפירא רב אין בערטש, הי"ד.
- הרב טוביה הורוויץ (דער צווייטער) (ה'תרנ"ג - י' שבט ה'תש"ג), רב אין סאניק.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!