אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אריה לייבוש יצחק רובין"
ק (אראפגענומען קאטעגאריע:בארא פארק מיט HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022
הרב אריה לייבוש יצחק רובין (תשי"ג – כ"ח תשרי תשפ"א) איז געווען דער גלאגאווער רב, אין בארא פארק, אויך האט ער געדינט אלס מנהל פון דעם ספינקער חדר אין בארא פארק, איבער פינף און פערציג יאר.
ביאגראפיע
אריה לייבוש יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר תשי״ג צו חיים שמחה ישכר בער רובין, דער טאמאשאווער רב, און ריבה מלכה (אייכנשטיין).
אין יאר תשנ"ו האט ער געעפנט א בית המדרש, בית מנחם גלאגוב, אויפ'ן נאמען פון זיינע זיידעס, אויף דער אכצנטער עוועניו אין בארא פארק.
בעפאר פסח תש"פ איז ער קראנק געווארן מיט קאראנאווירוס, ער האט געוויילט פאר שפיטאל עטליכע וואכן; ער איז שפעטער באפרייט געווארן, אבער עטליכע חדשים שפעטער האט זיך ווידער געמאכט געזונטהייט קאמפליקאציעס, און ער איז נאכאמאל אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו ער איז נפטר געווארן פרייטאג פרשת בראשית, כ"ח תשרי תשפ"א, איז עלטער פון 67 יאר.[1]
דרויסנדיגע וועבלינקען
- בארא פארק 24
- א שמועס אויף איי וועלט וועגן דער גלאגאווער דינאסטיע
רעפערענצן
- ↑ באריכט פון דער פטירה, אויף JDN (העברעאיש)