אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אפטא"
ק (Bot: Migrating 20 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q275694 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022
|
אַפטא (פּויליש: Opatów) איז א שטעטל אין פוילן, אין דער שווענטאקזשיסקער וואויוואדעשאפט. זי איז די הויפטשטאט פון דער אפטער פאוויאט. איר באפעלקערונג איז 7,833 (2007).
אין דעם 16סטן יארהונדערט האט אנגעהויבן א חשובע יידישע קהילה אין אפטא, וואס האט געצויגן ביזן צווייטן וועלט קריג.
היסטאריע
אפטא איז א יישוב אויפן ווייסל, אין א שטח פון וועלדער און אזערעס. אינעם 12טן יארהונדערט האט געוואוינט דארט דער הערשער פונעם ראיאן (קאסטעלאן). אין יאר 1361 איז אפטא געווארן א שטאט מיט ברייטע רעכטן. אין 1514 האט מען געגעבן די שטאט צום אדלמאן קרישטאוו שעדלעצקי, וואס האט באנייט די שטאט און האט זי ארומעגענומען מיט א פארטיידיקונג מויער, געבויט א שלאט און הויפקווארטיר פאר דער לאקאלער רעגירונג און האט פארבעסערט דעם וואסער פארזארג פאר די איינוואוינער. אפטא האט געהאט צוויי יערלעכע ירידים און א מארק צוויי טעג אין דער וואך.
יידישע היסטאריע
פון דעם 16סטן יארהונדערט האבן יידן געוואוינט אין אפטא. אין 1538 האבן געוואוניט דארט פיר יידישע משפחות. ביז די 1730ער יארן איז שוין געווען א "יידישע שטאט" אין אפטא וואס האט געצויגן פון דעם צפון זיין פון דעם שטאט מויער ביזן רינעק.