אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אגרת השבת"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(א שלימות'דיגע איבערזעצונג פונעם גאנצן בריוו און דעם חלום)
שורה 35: שורה 35:
אין א געוויסן שיר וואס דער אבן עזרא האט פארפאסט, טרעפן מיר דעם נאמען פונעם נדיב. דאס איז געווען 'רבי יוסף בן רבי יעקב' פונעם שטאט מודוויל.
אין א געוויסן שיר וואס דער אבן עזרא האט פארפאסט, טרעפן מיר דעם נאמען פונעם נדיב. דאס איז געווען 'רבי יוסף בן רבי יעקב' פונעם שטאט מודוויל.


== א בריוו פון שבת ==
== דער בריוו פון שבת ==
אין לאנדאן האט דער אבן עזרא זוכה געווען צו אן אויסטערלישן התגלות. דער אבן עזרא אליין טוט איר שילדערן אין דער הקדמה צו זיין ספר 'אגרת השבת':
פאלגנד איז די שילדערונג פונעם אבן עזרא'ס חלום און אן איבערזעצונג פון דעם אגרת השבת, ווי געשריבן דורכ'ן אבן עזרא אליין:


"עס איז שבת קודש האלבע נאכט, אינעם טאג י"ד טבת שנת ד'תתקי"ט. איך, אברהם הספרדי, וואס ווערט גערופן אבן עזרא, בין געווען אין איינע פון די שטעט פונעם אינזל וואס ווערט גערופן 'קצה הארץ'{{הערה|אין ספר 'ישועות משיחו' פון הגאון רבי דון יצחק אברבנאל זצ"ל שטייט אז דער אינזל קצה הארץ איז דער לאנד אינלטייר"ה – ענגלאנד}} … איך בין געווען פארזינקען אין א זיסן שלאף, ווען אויפאמאל זע איך ווי עס שטייט פאר מיר א מלאך אין דער געשטאלט פון א מענטש, און אין זיין האנט האלט ער א פארזיגלטן בריוו.
ס'איז געווען אינעם יאר פיר טויזנט ניין הונדערט און ניינצן (ד'תתקי"ט) אינמיטן נאכט פון שבת דעם פערצנטן טאג אין חודש טבת, ווען איך, אברהם הספרדי וואס ווערט גערופן אבן עזרא, בין געווען אין א שטאט אויפ'ן אינזל וואס ווערט גערופן "דער עק פון דער וועלט"<!-- אין ספר 'ישועות משיחו' פון הגאון רבי דון יצחק אברבנאל זצ"ל שטייט אז דער אינזל קצה הארץ איז דער לאנד אינלטייר"ה – ענגלאנד. --> וואס געפינט זיך אין דער זיבעטער יבשה פון דער באוואוינטער וועלט (דער אבן עזרא האט דאס געשריבן זייענדיג אין לאנדאן, וואס געפינט זיך אין ענגלאנד, וועלכע איז אן אינזל נעבן אייראפע), און איך בין געשלאפן א זיסן שלאף.


"דער מלאך רופט זיך אן צו מיר און זאגט: 'נעם איבער פון מיר דעם בריוו וואס דער שבת האט דיר געשיקט'. איך האב זיך געבוקט און געקניט צום אויבערשטן, און אים געדאנקט פאר דעם גרויסן כבוד וואס איך האב באקומען, איך האב עס אנגעכאפט מיט ביידע הענט, און איך האב עס אפגעליינט. אין אנהייב זענען די ווערטער געווען פאר מיר זיס ווי האניג, אבער ווען איך בן אנגעקומען צו די לעצטע שורות פונעם בריוו, בין איך געווארן שטארק אויפגעברויזט, און איך האב געשפירט ווי איך גיי אויס. האב איך געפרעגט דעם מלאך וואס שטייט קעגן מיר, וואס האב איך זיך פארזינדיגט? פונעם טאג וואס איך בין אין דער באשעפער וואס האט מיר באשאפן און איך האב געלערנט דעם זיינע מצוות האב איך אייביג ליב געהאט דעם שבת, און איידער דער שבת איז אנגעקומען פלעג איך ארויסגיין אים צו ענטפאנגען מיט מיין גאנצן הארץ. אויך ווען דער שבת איז אוועקגעגאנגען האב איך ארויסבאגלייט דעם שבת מיט פרייד און געזאנג (דער אבן עזרא האט פארפאסט עטליכע זמירות לכבוד שבת, ווי 'כי אשמרה שבת' און 'צמאה נפשי'). ווער נאך ווי איך בין אזוי געטריי פארן שבת, און פארוואס קומט זיך מיר צו ערהאלטן אזא בריוו?.
מיטאמאל האב איך געזען אין חלום ווי ס'שטייט קעגן מיר א מלאך וואס קוקט אויס ווי א מענטש, אין זיין האנט האלט ער א פארמאכטן בריוו, און ער רופט זיך אן צו מיר, "נעם דעם בריוו וואס דער שבת האט דיר געשיקט." איך האב מיך געבוקט צום אויבערשטן און געבענטשט דעם אויבערשטן וועלכער האט אונז געגעבן דעם שבת, וואס ער האט מיך מכבד געווען מיט אזא כבוד [אז איך זאל באקומען א בריוו פונעם שבת]. איך האב אנגעכאפט דעם בריוו מיט ביידע הענט, עס געעפנט מיט א שמחה, און אנגעהויבן ליינען.


"האט מיר דער שליח פונעם שבת געענטפערט: מען האט דערציילט פארן שבת אז דיינע תלמידים האבן נעכטן אריינגעברענגט צו דיר אין שטוב פירושים אויף תורה, וואס דארט שטייט געשריבן אז מען זאל פארשוועכן די נאכט פון שבת, דערפאר זאלסטו זיך אנגארטלען פאר'ן כבוד פונעם שבת צו קעמפן קעגן די פיינט פונעם שבת, און די זאלסט זיך פאר קיינעם שרעקן.
אין אנהייב איז עס מיר געווען זיס ווי האניג, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו די לעצטע שורות בין איך געווארן אויפגעשטורעמט און מיין נשמה איז שיער ארויסגעפלויגן פון מיר. איך האב געפרעגט פון דעם מלאך וואס איז געשטאנען קעגן מיר, "וואס האב איך געזינדיגט [אז איך באקום אזא בריוו]? פונעם טאג וואס איך האב קענענגעלערנט דעם גרויסן פארכטיגן באשעפער וואס האט מיך באשאפן און איך האב געלערנט זיינע מצוות האב איך אייביג ליב געהאט דעם שבת, און שטענדיג ווען ער איז געקומען בין איך ארויסגעגאנגען אים אויפנעמען, און ווען ער איז ארויס האב איך אים באגלייט מיט שמחה און געזאנג. ווער פון אלע זיינע קנעכט איז אים נאך אזוי געטריי ווי איך! פארוואס האט ער מיר געשיקט דעם בריוו?


"איך האב זיך אויפגעכאפט און איך בין געווארן דערשראקן ביז גאר, איך האב זיך אנגעטון מיינע קליידער און זיך געוואשן די הענט און איך האב ארויסגעטראגן מיינע ספרים אינדרויסן צום שיין פון די לבנה, און אט שטייט דארט קלאר ארויסגעשריבן: "ויהי ערב ויהי בוקר", אז ווען עס איז געווארן צופרי דעמאלט האט זיך געענדיגט דער ערשטער טאג ווייל דער נאכט גייט נאכן טאג. איך האב כמעט צוריסן מיינע קליידער, אויך האב איך צוריסן דעם פירוש,  
[דער נוסח פונעם בריוו פונעם שבת:]
 
''איך שבת בין דער קרוין פון דעם אידישן דת, דער פערטער פון די עשרת הדברות''
 
''צווישן דעם אויבערשטן און זיינע קינדער בין איך א צייכן, אן אייביגער בונד אויף אלע דורות''
 
''מיט מיר האט גא-ט געענדיגט אלע זיינע מעשים, אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית''
 
''אינעם טאג פון שבת איז נישט געפאלן קיין מן, ס'זאל זיין א צייכן פאר אונזערע עלטערן [אז שבת איז א הייליגער טאג]''
 
''איך בין א פארגעניגן פאר די לעבעדיגע, און א רו טאג פאר די באערדיגטע (די נשמות אין גיהנום ווערן נישט געשטראפט שבת)''
 
''איך בין א פרייד פאר מענער און פרויען, און ס'פרייען זיך אין מיר יונג און אלט''
 
''ס'קלאגן נישט אין מיר די אבלים, און מ'איז נישט מספיד אין מיר [אפילו] צדיקים''
 
''א מנוחה געפינען די קנעכט אין דינסטן, אין די גרים אין די אידישע שטעט''
 
''אלע זייערע בהמות רוען, ווי פערדן, אייזלען, און אקסן''
 
''יעדער פארשטענדליכער מאכט קידוש אויף וויין, און ס'מאכן הבדלה די וואס זענען חשוב ווי נזירים''
 
''יעדן טאג קען מען טרעפן די טויערן פון פארשטאנד, אבער אין דעם טאג זענען אפן הונדערט טויערן''
 
''ער איז מכובד נישט צו טון וואכנדיגע באשעפטיגונגען און רעדן וואכנדיגע זאכן''
 
''איך היט דיך אלע דיינע טעג, וויבאלד דו היטסט מיך שטארק פון יונגווייז אן''
 
''[אבער] אויף דיין עלטער ביסטו נכשל געווארן בשוגג, אז ס'זענען געברענגט געווארן צו דיין הויז ספרים''
 
''וואס דארט שטייט צו פארשוועכן די נאכט פון שבת, און ווי אזוי קענסטו שווייגן און נישט מאכן א נדר''
 
''צו שרייבן א בריוו מיט'ן אמת'ן וועג און עס שיקן צו אלע אידן''
 
דער שליח פונעם שבת האט אויסגערופן צו מיר: "ס'איז דערציילט געווארן פאר'ן שבת אז דיינע תלמידים האבן נעכטן געברענגט צו דיין הויז ספרים פירושים אויף דער תורה, און דארט שטייט אז מ'מעג מחלל זיין די נאכט פון שבת. דעריבער גארטל אן דיינע לענדן פאר'ן כבוד פון שבת, מלחמה צו האלטן א תורה'דיגע מלחמה מיט די פיינט פונעם שבת און נישט שוינען קיינעמ'ס כבוד!"
 
איך האב מיך אויפגעוועקט און מיין גייסט האט געקלאפט און מיין זעל איז געווען זייער דערשראקן. איך בין אויפגעשטאנען ווען מיין צארן ברענט אין מיר [אויף דעם וואס האט געשריבן אזא זאך]. איך האב אנגעטון מיינע קליידער, זיך געוואשן מיינע הענט, ארויסגעטראגן די ספרים אינדרויסן צו דער שיין פון דער לבנה, און איך האב געזען ווי ס'ווערט דארט ערקלערט דעם פסוק וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר אז ווען ס'איז געווארן דער צווייטער אינדערפרי דעמאלט האט זיך געענדיגט דער ערשטער טאג, ווייל די נאכט גייט נאכ'ן טאג.
 
איך האב כמעט צעריסן מיינע קליידער און אויך דעם פירוש, ווייל איך האב געטראכט אז ענדערש זאל מען איינמאל מחלל שבת זיין כדי אידישע קינדער זאלן נישט מחלל שבת זיין אסאך מאל, אויב וועלן זיי זען דעם שלעכטן פירוש, און אויך וועלן מיר זיין צו שאנד און צו שפאט אין די אויגן פון די גוים [אז ס'איז דא א מחלוקת ביי אידן ווען ס'איז שבת]. נאר איך האב מיך איינגעהאלטן צוליב דעם כבוד פון שבת.
 
איך האב אבער געמאכט א נדר אז איך וועל נישט געבן קיין שלאף צו מיינע אויגן נאך וואס דער הייליגער טאג ענדיגט זיך, ביז איך וועל שרייבן א לאנגן בריוו צו מבאר זיין ווען דער תורה'דיגער טאג הייבט זיך אן, צו באזייטיגן די שטרויכלונג און אוועקנעמען די נעץ. ווייל אלע אידן, סיי די פירושים און סיי די צדוקים (קראים), ווייסן אז די גאנצע פרשה פון מעשה בראשית וואו ס'שטייט וואס דער אויבערשטער האט באשאפן יעדן טאג איז נאר געשריבן געוארן כדי די וואס היטן די תורה זאלן וויסן צו האלטן שבת ווען דער באשעפער האט גערוט דורכ'ן ציילן די טעג פון דער וואך, און [דערפאר קען דער פשט נישט זיין ריכטיג, ווייל] אויב ענדיגט זיך דער זעקסטער טאג שבת אינדערפרי, וואלטן מיר געדארפט רוען די נאכט נאכ'ן זיבעטן טאג.
 
דעריבער איז דער פירוש פארפירעריש פאר אלע אידן, אין מזרח און אין מערב, די נאנטע און די ווייטע, די לעבעדיגע און די טויטע. און איינער וואס גלייבט אין דעם פירוש, זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אין אים די נקמה פון שבת. און דער וואס ליינט דעם פירוש הויך, זאל זיך זיין צונג צוקלעבן צו זיינע גומען. אויך איינער וואס שרייבט אזא פירוש צו מפרש זיין די תורה זאל זיך האנט אויסטריקענען און זיין רעכטע אויג זאל פארטונקלט ווערן.


== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==

רעוויזיע פון 16:37, 28 נאוועמבער 2022


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ספר

ליידיגע פאראמעטער [ תאריך מהדורות נוספות ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ תאריך מהדורה ראשונה, מאת, ויקיטקסט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

אגרת השבת
Shabbat Candles.jpg
דרויסנדיגע לינקס
היברובוקס 33117

אגרת השבת ("דער בריוו פונעם שבת") איז א חיבור וואס רבי אברהם אבן עזרא האט געשריבן צו אויפווייזן אז לויט אידישקייט הייבט זיך אן דער טאג אנהייב נאכט, און נישט פון דער פרי, ווי די מיינונג פון די וואס קריגן אויף חז"ל. דער חיבור איז געשריבן געווארן מוצאי שבת, די נאכט פון ט"ו טבת ד'תתקי"ט, נאך וואס די נאכט פונעם פריערדיגן שבת (ליל י"ד) האט ער געזען אין זיין חלום אן אָנזאָג פון שבת אז עס זענען דא וואס זענען מחלל דעם שבת נאַכט דורך די מיינונג וואס ענדערט די צייט פון די אָנהייב פונעם טאָג.

הינטערגרונט

דער אבן עזרא איז אריבער גאר א שטורמיש לעבן וואס האט געברענגט דערצו אז ער איז אלץ געווען אונטערוועגנס, גייענדיג פון איין לאנד צום צווייטן. אין יעדן ארט וואו ער איז אנגעקומען האט ער מרביץ תורה געווען פאר תלמידים, און געשריבן חיבורים אויף פארשידענע מקצועות התורה. זיין ערשטע וואנדערונג האט פאסירט אין דער תקופה ווען די מוסולמענער האבן געשטעלט א ווידערשטאנד און איבערגענומען די מאכט אין שפאניע, צווינגנדיג אים צו פארלאזן זיין געבורט-שטאט טאלידאנא, פון וואו ער איז אנגעקומען קיין רוים, איטאליע.

א צייט שפעטער איז ער ווייטער געגאנגען צו דער שטאט לוקא, פון דארט האט ער פארגעזעצט קיין מאנטובה, און ווייטער קיין וויראנא, שטעט וועלכע געפינען זיך אין איטאליע. פון דארט האט ער זיך אריבערגעצויגן צו דער שטאט בעדרש (היינט באקאנט אלס בזייא) אין פראנקרייך. שפעטער איז ער ווייטער געגאנגען קיין נארבונא, און קיין רודוס, אין דרום פראנקרייך.

דעם לעצטן דאקומעננטירטן ציל זיינע איז איז אריבערפארנדיג דעם ים פון פראנקרייך קיין ענגלאנד, וואו ער האט זיך פלאצירט אין דער הויפטשאט לאנדאן. בערך אין ד'תתקי"ח איז דער אבן עזרא אנגעקומען קיין ענגלאנד. אין יענע יארן – איידער די גזירת גירוש אויף די ארטיגע אידן – איז ענגלאנד געווען באוואוינט מיט טויזנטע אידישע פאמיליעס, צווישן זיי אסאך ראשונים און בעלי תוספות. איבערהויפט אין לאנדאן וועלכע מ'האט דאן גערופן לונדרי"ש, וואו דער אבן אזרא איז אנגעקומען.

רבי אברהם זוסמאן, וועלכער איז געווען א שוחט אין לאנדאן מיט איבער הונדערט פופציג יאר צוריק, שרייבט אין זיין ספר 'זכור לאברהם' ווי פאלנד:

"ביז'ן היינטיגן טאג געפינט זיך אין לאנדאן א גרויסער הויף מיט אסאך הייזער וואס רופט זיך 'אבן עזרא סקווער', אויפ'ן נאמען פונעם 'אבן עזרא', און עס איז דא א קבלה אז אויף דעם ארט האט געוואוינט דער אבן עזרא זייענדיג אין לאנדאן, און איך האב שוין זייער אסאך מאל באזוכט דאס ארט".

אין לאנדאן האט דער אבן עזרא פארגעזעצט צו מרביץ צורה זיין פאר תלמידים. אויך האט ער דארט געשריבן א ספעציעלן חיבור "יסוד מורא", וואו ער רעכנט אויס די שרשים פון די מצוות און זייער צאל. ביים ענדע שרייבט ער: "אני אברהם הספרדי ב"ר מאיר הספרדי הנקרא אבן עזרא, החילותי לחבר זה הספר ולכותבו בעיר לונדרי"ש באי אינגלטיריא (-ענגלאנד) בירח תמוז, ונשלם בירח אב סוף ד' שבועות, שנת תשע מאות ושמונה עשר שנה (ד'תתקי"ח) לבריאת העולם".

דער אבן עזרא איז מעיד אויף זיך אינעם ספר: "דער אויבערשטער אליין ווייסט אז איך האב נישט פארפאסט דעם ספר כדי צו ווייזן מיין קלוגשאפט, אז עס זענען מיר אנטפלעקט געווארן סודות התורה מיט וועלכע איך קען זיך שטאלצירן, אדער צו אפענטפערן אויף די פריערדיגע, ווייל איך ווייס אז זיי זענען געווען גרעסערע חכמים און גרעסערע יראי ה' ווי מיר, און אויך אין דעם דור זענען דא אסאך וואס זענען גרעסערע חכמים פון מיר. נאר איך האב דאס פארפאסט לכבוד א נדיב וועלכע האט געלערנט ביי מיר אין די ספרים וואס איך האב פארפאסט, און פון גרויס ליבע צו אים האב איך אים געשריבן א ספעציעלן חיבור אויף דעם מנין המצוות, ווייל איך האב געזען אז ער איז א מענטש וואס האט ליב דעם אמת, און ער איז א גרויסער ירא שמים".

אין א געוויסן שיר וואס דער אבן עזרא האט פארפאסט, טרעפן מיר דעם נאמען פונעם נדיב. דאס איז געווען 'רבי יוסף בן רבי יעקב' פונעם שטאט מודוויל.

דער בריוו פון שבת

פאלגנד איז די שילדערונג פונעם אבן עזרא'ס חלום און אן איבערזעצונג פון דעם אגרת השבת, ווי געשריבן דורכ'ן אבן עזרא אליין:

ס'איז געווען אינעם יאר פיר טויזנט ניין הונדערט און ניינצן (ד'תתקי"ט) אינמיטן נאכט פון שבת דעם פערצנטן טאג אין חודש טבת, ווען איך, אברהם הספרדי וואס ווערט גערופן אבן עזרא, בין געווען אין א שטאט אויפ'ן אינזל וואס ווערט גערופן "דער עק פון דער וועלט" וואס געפינט זיך אין דער זיבעטער יבשה פון דער באוואוינטער וועלט (דער אבן עזרא האט דאס געשריבן זייענדיג אין לאנדאן, וואס געפינט זיך אין ענגלאנד, וועלכע איז אן אינזל נעבן אייראפע), און איך בין געשלאפן א זיסן שלאף.

מיטאמאל האב איך געזען אין חלום ווי ס'שטייט קעגן מיר א מלאך וואס קוקט אויס ווי א מענטש, אין זיין האנט האלט ער א פארמאכטן בריוו, און ער רופט זיך אן צו מיר, "נעם דעם בריוו וואס דער שבת האט דיר געשיקט." איך האב מיך געבוקט צום אויבערשטן און געבענטשט דעם אויבערשטן וועלכער האט אונז געגעבן דעם שבת, וואס ער האט מיך מכבד געווען מיט אזא כבוד [אז איך זאל באקומען א בריוו פונעם שבת]. איך האב אנגעכאפט דעם בריוו מיט ביידע הענט, עס געעפנט מיט א שמחה, און אנגעהויבן ליינען.

אין אנהייב איז עס מיר געווען זיס ווי האניג, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו די לעצטע שורות בין איך געווארן אויפגעשטורעמט און מיין נשמה איז שיער ארויסגעפלויגן פון מיר. איך האב געפרעגט פון דעם מלאך וואס איז געשטאנען קעגן מיר, "וואס האב איך געזינדיגט [אז איך באקום אזא בריוו]? פונעם טאג וואס איך האב קענענגעלערנט דעם גרויסן פארכטיגן באשעפער וואס האט מיך באשאפן און איך האב געלערנט זיינע מצוות האב איך אייביג ליב געהאט דעם שבת, און שטענדיג ווען ער איז געקומען בין איך ארויסגעגאנגען אים אויפנעמען, און ווען ער איז ארויס האב איך אים באגלייט מיט שמחה און געזאנג. ווער פון אלע זיינע קנעכט איז אים נאך אזוי געטריי ווי איך! פארוואס האט ער מיר געשיקט דעם בריוו?

[דער נוסח פונעם בריוו פונעם שבת:]

איך שבת בין דער קרוין פון דעם אידישן דת, דער פערטער פון די עשרת הדברות

צווישן דעם אויבערשטן און זיינע קינדער בין איך א צייכן, אן אייביגער בונד אויף אלע דורות

מיט מיר האט גא-ט געענדיגט אלע זיינע מעשים, אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית

אינעם טאג פון שבת איז נישט געפאלן קיין מן, ס'זאל זיין א צייכן פאר אונזערע עלטערן [אז שבת איז א הייליגער טאג]

איך בין א פארגעניגן פאר די לעבעדיגע, און א רו טאג פאר די באערדיגטע (די נשמות אין גיהנום ווערן נישט געשטראפט שבת)

איך בין א פרייד פאר מענער און פרויען, און ס'פרייען זיך אין מיר יונג און אלט

ס'קלאגן נישט אין מיר די אבלים, און מ'איז נישט מספיד אין מיר [אפילו] צדיקים

א מנוחה געפינען די קנעכט אין דינסטן, אין די גרים אין די אידישע שטעט

אלע זייערע בהמות רוען, ווי פערדן, אייזלען, און אקסן

יעדער פארשטענדליכער מאכט קידוש אויף וויין, און ס'מאכן הבדלה די וואס זענען חשוב ווי נזירים

יעדן טאג קען מען טרעפן די טויערן פון פארשטאנד, אבער אין דעם טאג זענען אפן הונדערט טויערן

ער איז מכובד נישט צו טון וואכנדיגע באשעפטיגונגען און רעדן וואכנדיגע זאכן

איך היט דיך אלע דיינע טעג, וויבאלד דו היטסט מיך שטארק פון יונגווייז אן

[אבער] אויף דיין עלטער ביסטו נכשל געווארן בשוגג, אז ס'זענען געברענגט געווארן צו דיין הויז ספרים

וואס דארט שטייט צו פארשוועכן די נאכט פון שבת, און ווי אזוי קענסטו שווייגן און נישט מאכן א נדר

צו שרייבן א בריוו מיט'ן אמת'ן וועג און עס שיקן צו אלע אידן

דער שליח פונעם שבת האט אויסגערופן צו מיר: "ס'איז דערציילט געווארן פאר'ן שבת אז דיינע תלמידים האבן נעכטן געברענגט צו דיין הויז ספרים פירושים אויף דער תורה, און דארט שטייט אז מ'מעג מחלל זיין די נאכט פון שבת. דעריבער גארטל אן דיינע לענדן פאר'ן כבוד פון שבת, מלחמה צו האלטן א תורה'דיגע מלחמה מיט די פיינט פונעם שבת און נישט שוינען קיינעמ'ס כבוד!"

איך האב מיך אויפגעוועקט און מיין גייסט האט געקלאפט און מיין זעל איז געווען זייער דערשראקן. איך בין אויפגעשטאנען ווען מיין צארן ברענט אין מיר [אויף דעם וואס האט געשריבן אזא זאך]. איך האב אנגעטון מיינע קליידער, זיך געוואשן מיינע הענט, ארויסגעטראגן די ספרים אינדרויסן צו דער שיין פון דער לבנה, און איך האב געזען ווי ס'ווערט דארט ערקלערט דעם פסוק וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר אז ווען ס'איז געווארן דער צווייטער אינדערפרי דעמאלט האט זיך געענדיגט דער ערשטער טאג, ווייל די נאכט גייט נאכ'ן טאג.

איך האב כמעט צעריסן מיינע קליידער און אויך דעם פירוש, ווייל איך האב געטראכט אז ענדערש זאל מען איינמאל מחלל שבת זיין כדי אידישע קינדער זאלן נישט מחלל שבת זיין אסאך מאל, אויב וועלן זיי זען דעם שלעכטן פירוש, און אויך וועלן מיר זיין צו שאנד און צו שפאט אין די אויגן פון די גוים [אז ס'איז דא א מחלוקת ביי אידן ווען ס'איז שבת]. נאר איך האב מיך איינגעהאלטן צוליב דעם כבוד פון שבת.

איך האב אבער געמאכט א נדר אז איך וועל נישט געבן קיין שלאף צו מיינע אויגן נאך וואס דער הייליגער טאג ענדיגט זיך, ביז איך וועל שרייבן א לאנגן בריוו צו מבאר זיין ווען דער תורה'דיגער טאג הייבט זיך אן, צו באזייטיגן די שטרויכלונג און אוועקנעמען די נעץ. ווייל אלע אידן, סיי די פירושים און סיי די צדוקים (קראים), ווייסן אז די גאנצע פרשה פון מעשה בראשית וואו ס'שטייט וואס דער אויבערשטער האט באשאפן יעדן טאג איז נאר געשריבן געוארן כדי די וואס היטן די תורה זאלן וויסן צו האלטן שבת ווען דער באשעפער האט גערוט דורכ'ן ציילן די טעג פון דער וואך, און [דערפאר קען דער פשט נישט זיין ריכטיג, ווייל] אויב ענדיגט זיך דער זעקסטער טאג שבת אינדערפרי, וואלטן מיר געדארפט רוען די נאכט נאכ'ן זיבעטן טאג.

דעריבער איז דער פירוש פארפירעריש פאר אלע אידן, אין מזרח און אין מערב, די נאנטע און די ווייטע, די לעבעדיגע און די טויטע. און איינער וואס גלייבט אין דעם פירוש, זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אין אים די נקמה פון שבת. און דער וואס ליינט דעם פירוש הויך, זאל זיך זיין צונג צוקלעבן צו זיינע גומען. אויך איינער וואס שרייבט אזא פירוש צו מפרש זיין די תורה זאל זיך האנט אויסטריקענען און זיין רעכטע אויג זאל פארטונקלט ווערן.

רעפערענצן

  • הרב ב. שרייבער, "א דעלעגאציע פונעם שבת אין לאנדאן", אינטערעסאנט, חשון תשפ"ב