אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ראצפערט (חסידות)"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
{{רעפליסטע}} | {{רעפליסטע}} | ||
{{חסידישע הויפן|צאנז}} | {{חסידישע הויפן|צאנז}} | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:33, 27 נאוועמבער 2022
ראצפערט איז א שטאט אין אונגארן וואס איז באקאנט ביי חסידים ווי דער הויף וואס האט אויפגעשטעלט רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, זון פון דעם דברי חיים פון צאנז.
גרינדונג פונעם חסידות
דער גרינדער פונעם ראצפערטער חסידות איז געווען רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, וואס איז געבוירן געווארן חול המועד פסח תרכ"ב. ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכעטער פון זיין שוואגער רבי מרדכי דוב טווערסקי פון הארניסטייפל, און ער האט געוואוינט ביי אים נאך דער חתונה. נאך א שטיק צייט האט די רוסישע רעגירונג פארטריבן אים ווייל ער איז נישט געווען קיין בירגער, און ער איז צוריק אין גאליציע. אין תר"ס האט ער אימיגרירט אין אונגארן און ער האט אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע, ערשט אין טעגלאש און שפעטער אין ראצפערט. רבי שלום אליעזר איז דערמארדעט געווארן אין דער חורבן אייראפע אין אוישוויץ טויט לאגער, ט"ז סיון ה'תש"ד.
אין ראצפערט איז אויך געווען א הויף געפירט פון רבי נפתלי הירץ הלוי, א תלמיד פונעם צאנזער רב, אבער ס'איז נישט געווען קיין שייכות צווישן די צוויי הויפן.
נאכן חורבן
רבי שלום אליעזר'ס צווייטער זון איז געווען רבי משולם זושא, אן איידעם ביי רבי נפתלי טייטלבוים פון נירבאטור, א זון פון רבי ישראל יעקב יוקיל פון וואלאווע. רבי משולם זושא'ס דריטע טאכטער, רייצא, האט חתונה געהאט מיט רבי יואל בער, אן אייניקל פון רבי חיים טירער, דעם "באר מים חיים"[1]. רבי יואל בער איז געראטעוועט געווארן פון דער חורבן אייראפע און האט זיך באזעצט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. עטלעכע יאר שפעטער האט ער זיך געצויין קיין סאו פאולא, בראזיל, וואו ער האט אויפגעשטעלט א חסידישע קהילה אויפן נאמען פון זיין שווער רבי משולם זושא. רבי יואל איז געווען א גרויסער בעל חסד גדול.
זיינע איידעמעס זענען:
- רבי מנחם אליעזר זאב רוזנבוים, אדמו"ר פון קרעטשעניף
- רבי יצחק אייזיק רוזנבוים, קליוולאנדער רבי
נאך רבי יואל בער'ס פטירה כ"ט אדר תשנ"ב, האט זיין עלטערער איידעם, דער קרעטשעניפער רבי, באקריינט זיין איינציגן זון רבי זושא פאר ראצפערטער רבי און זיין איידעם רבי יצחק דוד הורוויץ פאר גאב"ד פון דער קהילה. די מיטגלידער פון דער קהילה זענען נישט קיין ראצפערטער חסידים.
רבי יצחק דוד הורוויץ, גאב"ד פון דער קהילה, האט געעפנט מוסדות בני ברק, בית שמש און אלעדאין ישראל, און אין וויליאמסבורג אין די פאראייניגטע שטאטן. זיין איידעם הרב מאיר האגער (א זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, א זון פון רבי משה האגער ראש ישיבה אין סערעט-וויזשניץ) איז רב פון דער קהילה אין בית שמש, און זיין איידעם הרב חיים מערץ דינט אלס רב פון דער קהילה אין וויליאמסבורג.