אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלפבאך"
ק (רעדאַקטירונגען פֿון 5.150.19.80 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Davidik500) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022
47°23′54.72″N 11°56′38.06″E / 47.3985333°N 11.9439056°E
|
אלפבאך (דייטשיש:Alpbach) איז א בארימט דארף אין מערב עסטרייך וועלכער געפונט זיך אין דעם קופשטיין דיסטריקט אין דעם לאנד פון טיראל, הארט אין די אלפן בערג.
פאקטן איבער אלפבאך
דאס דארף האט שוין עטליכע מאל געווינען א קאנקורענץ און באקומען דעם טיטל "דאס שענסטע דארף אין עסטרייך", צוליב זיין הערליכן לאנדשאפט מיט וועלכן איז דאס געבענטשט געווארן, און וועלכער ציעט אהין טויזנטער טוריסטן און באזוכער פון דער גאנצער וועלט יעדעס יאר. אין דעם ווינטער אלפבאך ווערט באניצט אויכעט אלס א סקי ארט.
דער הויפטזעכלער מקור פון איינקונפט פון די 2,300 איינוואוינערס פון אלפבאך איז טוריזם. די צווייטע פאפולערע באשעפטיגונג פון די איינוואוינערס נאך טוריזם איז לאנדווירטשאפט. עס זענען פאראן דארט הונדערט און פינף פארמס. זייט 1945, אלפבאך איז דער פארזאמלונג פונקט פונעם "אלפבאך אייראפעישען פארום" - א יערליכע צוויי וואכנדיגע קאנפערענציע פון באקאנטע פיגורן אין דער וועלט פון וויסנשאפט, ביזנעס, פאליטיק, קונסט און דאס גלייכן.
דער בארימטער פיזיקער ערווין שרעדינגער, וועלכער האט געווינען דעם נאבעל פריז, איז באגראבן אין דעם ארטיגן צווינטער. מוסטער:אייראפע-געא-שטומף