אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קדושים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 17: שורה 17:
[[קאטעגאריע:יידישקייט]]
[[קאטעגאריע:יידישקייט]]
[[קאטעגאריע:הייליג]]
[[קאטעגאריע:הייליג]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 22:28, 27 נאוועמבער 2022

דער ארטיקל רעדט וועגן די קדושים, פאר פרשת קדושים פון חומש זעט פרשת קדושים.

א קדוש (לשון רבים קדושים) ווערט אזוי אנגערופן א ייד וואס איז אומגעקומען אויף קידוש השם, אדער איינער וואס איז זיך מוסר נפש דורכאויס זיין לעבן צו מקדש זיין גאטס נאמען. ער באקומט דעם טיטל "קדוש" וויבאלד דורך אים איז גאטס נאמען געהייליגט געווארן אויפן וועלט.

אלע יידישע קרבנות וועלכע זענען ערמארדעט געווארן דורכאויס דער יידישער היסטאריע צוליב זייער יידישער אידענטיטעט, ווערן אויך באטיטלט אלס קדושים. אין שפיץ פון זיי זענען די זעקס מיליאן קדושים וואס זענען אומגעברענגט געווארן ביים חורבן אייראפע.

עס זענען דא ספעציעלע תפילות וואס מען זאגט אין אנדענק פון די קדושים, ווי "אב הרחמים שוכן מרומים" און "אל מלא רחמים".

ארגינעל איז דער טיטל קדוש גענוצט געווארן אויסשליסליך צו באטיטלען אזעלכע וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אויף קידוש השם, אדער זענען געהארגעט געווארן צוליב זייער יידישן אפשטאם, אבער היינט ווערט דער טיטל פיל גענוצט צו באטיטלען אדמו"רים און רביים און פארשידענע פארעמען, ווי הרב "הקדוש" אדער זכר צדיק "וקדוש" לברכה, אפגעזען צו יענער איז ווערט פאר דעם טיטל צו נישט, און דאס האט מיט דער צייט אסאך אראפגענומען פונעם חשיבות און ספעציעלן באדייט דערפון.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!