אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב צבי ראבינאוויטש"
ק (קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט יעקב צבי ראבינאוויטש צו רוי:יעקב צבי ראבינאוויטש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 19:02, 8 יאנואר 2023
רבי יעקב צבי ראבינאוויטש איז געווען דער צווייטער פאריסאווער רבי. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי ישכר בער באראן פון ראדאשיץ, רבי אלעזר האפשטיין פון קאזשניץ, רבי נחמיה פון בעכעווע (זיין פעטער) און רבי נתן דוד פון שידלאווצע. ווען ער האט אנגעהויבן פירן האט ער געהאט א קליינעם עולם פון חסידים, אבער דאס לעצטע יאר פון זיין לעבן האבן טויזנטער חסידים געקומען צו אים אויף ראש השנה.[1]
ביאגראפיע
רבי יעקב צבי איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יהושע אשר ראבינאוויטש, זון פונעם ייד הקדוש און זיין מוטער לאה (לאציא) האלבערשטאט.
ער האט חתונה געהאט מיט שרה יוטא, א טאכטער פון ר' שלמה היילפרין פון פינטשאוו, אן אייניקל פונעם "חכם צבי".[1] ווען ער געוואוינט אין פינטשאוו פלעג ער פארן כסדר קיין ראדאשיץ צו רבי ישכר בער, וועמען ער האט גערופן דעם "סבא קדישא.[2]
זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "עטרה לראש צדיק".
פאמיליע
רבי יעקב צבי און די רביצין שרה יוטא האבן געהאט די פאלגנדע קינדער:
- די ווייב פון רבי נתן דוד ראבינאוויטש פון פארצעוו
- מרת אסתר, די ווייב פון רבי ירחמיאל טייטלבוים פון איהעל, און בזיווג שני די ווייב פון רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם פון טשחויוו
- מרת שיינדיל, די ווייב פון רבי יקותיאל שמעלקע ערבליך
- די ווייב פון זיין ברודער רבי מאיר שלום ראבינאוויטש
- רבי אורי יהושע אשר אלחנן אשכנזי פון קאלביל
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!