אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אילפארד"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022
אילפֿארד איז א גרויסע קאסמאפאליטישע שטאָט אין מזרח לאנדאן, ענגלאנד[1] און די אדמיניסטראטיווע הויפטקווארטיר פון דער לאנדאנער בארא פון רעדברידזש. זי איז פלאצירט 14.6 ק״מ (9.1 מייל) צפון־מזרח פון טשערינג קראס.
אילפארד איז א חשובער קאמערץ און פארקויף צענטער ארומגענומען מיט וואוינונגען. זייט 1965 איז אילפארד א טייל פון גרויסלאנדאן.
היסטאריע
1891 | 10,913 |
---|---|
1901 | 41,234 |
1911 | 78,188 |
1921 | 85,194 |
1931 | 131,061 |
1941 | מלחמה # |
1951 | 184,706 |
1961 | 178,024 |
# קיין צענזוס נישט געהאלטן צוליב מלחמה | |
מקור: UK צענזוס[2] |
היסטאריש האט מען גערופן אילפארד מיטן נאמען גרויס אילפֿארד, אנדערש פון קליין אילפֿארד אין דער לאנדאנער בארא פון נייהעם.[3] דעם נאמען טרעפט מען שוין אינעם דומזדיי בוך פון 1086 ווי Ilefort אילעפֿארט.
עקאנאמישע אנטוויקלונג
אילפארד רייט איבער דעם וויכטיקן שאסיי פון לאנדאן קיין קאלטשעסטער. אין 1839 האט געעפנט א באן סטאנציע אויף דער ליניע פון ראמפארד קיין מייל ענד. עטלעכע געשעפטן זענען געגרינדעט געווארן אין דער שטאט, איינשליסנדיק די פאטאגראפיע פירמע אילפארד פאטא, וואס אלפרעד הארמאן האט געגרינדעט אין 1879.
די ראדיא, עלעקטראניק און קאמוניקאציע פירמע פלעסי, וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1917 אין מארלעבאן, איז אריבער אין קאטנהאם ראד, אילפארד, אין אנהייב 1919, און איז שפעטער געווארן פון די גרעסטע פאבריקאנטן אין איר פעלד.
געאגראפיע
אילפארד איז געגרענעצט דורך דער צפון צירקולאר ראד און דעם טייך ראדינג צו מערב, און גרענעצט בארקינג צו דרום, סעוון קינגס צו מזרח און גאנטס היל צו צפון.
דעמאגראפיע
אילפארד האט גאר א גרויסע עטנישע באפעלקערונג, און אילפארד צפון האט דער פערט גרעסטע פראפארציע (10.3%) פון יידישע באוואוינער אין דעם 2001 צענזוס.[4] די הינדו, מוסולמענער און סיקה באפעלקערונג איז בערך 30,000.[5]
טראנספארט
די שטאט ווערט באדינט דורך אילפארד באן סטאנציע אויף דער גרויס־איסטערן הויפט ליניע אין טראוולקארט זאנע 4.[6] אלע באנען וואס שטעלן זיך אפ ביי דער סטאנציע זענען פון דער הויך־פרעקווענץ ליווערפול סטריט-שענפילד מעטרא. TfL באן האט איבערגענומען די באדינונג אום 31סטן מיי 2015 פארן נייעם קרייצבאן פראיעקט וואס וועט פארן דורך אילפארד פון 2017.[7] צפון פון אילפארד געפינט זיך גאנס היל אונטערגרונט סטאנציע אויף דער צענטראל ליניע פון דער לאנדאנער אונטערגרונט.
רעפערענצן
- ↑ "London Sub-regions" (PDF).
- ↑ מוסטער:Cite vob
- ↑ Mills, A.D. (2001). Dictionary of London Place Names. Oxford.
- ↑ "UKPollingReport Election Guide 2010 » Ilford North". Retrieved 2טן מערץ 2014.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ South Asian Development Partnership - Research,. Southasian.org.uk. דערגרייכט דעם 2טן מערץ 2014.}
- ↑ טראנספארט פאר לאנדאן (מערץ 2009). High frequency services. Greater London Authority. דערגרייכט דעם 28סטן אויגוסט 2009.
- ↑ National Express East Anglia (מיי 2009). Table 6. National Express Group. דערגרייכט דעם 28סטן אויגוסט 2009.