אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייראפעאישע פרייהאנדל אסאסיאציע"
ק (added Category:אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס using HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022
[[טעקע:{{{2}}}|קליין|לאגא]]
די אייראפעאישע פֿרייהאַנדל אַסאסיאַציע (European Free Trade Association - EFTA) איז געווארן אויפגעשטעלט דעם 3טן מיי 1960 ווי אן אלטערנאטיווע מעגלעכקייט פאר אייראפעאישע לענדער וואס האבן נישט געוואלט אדער נישט געקענט זיך איינשליסן אין דער אייראפעאישער געמיינדע, וואס איז היינט דער אייראפעאישער פארבאנד.
דער EFTA אפמאך איז גע׳חתמ׳עט געווארן דעם 4טן יאנואר 1960 אין שטאקהאלם דורך זיבן לענדער; אבער היינט האט די אסאסיאציע נאר איסלאנד, נארוועגיע, שווייץ און ליכטנשטיין. וועגן דעם האט מען געדארפט טוישן דעם ״שטאקהאלם אפמאך״ מיטן ״וואדוץ אפמאך״.
דער אפמאך גאראנטירט פרייהייט פון האנדל צווישן די מיטגליד לענדער. דריי EFTA לענדער זענען א טייל פון דעם אינערלעכן מארק פונעם אייראפעאישן פארבאנד דורך דעם "אייראפעאישער עקאנאמישער געגנט" (European Economic Area - EEA) האנדל אפמאך, וואס מ׳האט אויפגעשטעלט אין 1994. דאס פערטע לאנד, שווייץ, האט באשלאסן זיך פארבינדן מיטן אייראפעאישן פארבאנד דורך בילאטעראלישע אפמאכן. דערצו האבן EFTA לענדער פרייהאנדל פארבינדונגען מיט עטלעכע לענדער אינדרויסן פון אייראפע.