אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:איימאן אל-זאוואהירי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022

איימאן אל-זאוואהירי

איימאן אַל-זאוואהירי (19טן יוני, 1951 - 31סטן יולי 2022) איז געווען דער פירער אין אל-קאידא, און נאכפאלגער פון אסאמא בין לאדין, וועלכער האט געהאלפן פלאנירן פיל טעראר אטאקעס איבער דער וועלט.

אטענטאט

נאך די סעפטעמבער 11 טעראר אטאקעס האט די סי איי עי ארויסגעלייגט א באלוינונג פון 25 מיליאן דאלאר, פאר דעם וואס וועט גיבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צו זיין ארעסט.

אין לויף פון איבער צוואנציג יאר האט די אמעריקאנער רעגירונג געזוכט צו לייגן א האנט אויף אים, אדער אים אפרוימען פון וועג. צענדליגע מאל האט מען שוין געמיינט און שפעקולירט אז מען האט אים אומגעברענגט, אבער למעשה האט זיך עס שפעטער ארויסגעשטעלט אלס פאלש.

אום 31סטן יולי 2022, נאך א לאנגן געיעג פון עטליכע יאר, האט די סי איי עי באוויזן אומצוברענגען אל-זאוואהירי דורך א מיסל דראן אטאקע, וואס זיי האבן געשאסן אויף א הויז וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן אין קאבול, אפגאניסטאן.