אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויטאסטראד"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022
אן אויטאסטראַד איז אַ שאָסיי וואס איז געמאכט כדי צו לאָזן די פאַרקער אַרומפאָרן זיכער ביי הויכע גיכן. זיי זענען באַוווסט מיט פאַרשידענע טערמינען אַרום דער וועלט. דער נאָמען motorway מאָטאָרוויי ווערט געניצט אין דעם פֿאַראייניקטן קעניגרייך, אירלאַנד, ניו זילאַנד און עטלעכע אנדערע קאמאנוועלט לענדער. אין צפון אַמעריקע און אויסטראַליע, ניצט מען דעם נאָמען freeway פֿריוויי. אין דייטשלאַנד, ווערט ער גערופֿן אן אויטאָבאַן .
אויף אן אויטאסטראד קענען פֿארן פֿיל . זיי פירן פילע פֿאָרמיטלען גאנץ גיך. זיי האָבן נישט קיין פאַרקער-ליכטסיגנאַלן אָדער גאַסן־שניידפונקטן. אלע גאסן וואס טרעפֿן דעם שאָסיי גייען אַריבער אַ בריק אָדער אין אַ טונעל. ווען מען פֿאָרט אריין אין אן אויטאסטראד פֿארט מען אויף אן אריינפֿיר־געסל און אזוי אויך פֿאָרט מען ארויס אויף אן ארויספֿיר־געסל, דאָס אלץ בכדי נישט צו שטערן דעם דורך־פֿאַרקער.
אויף אן אויטאסטראד לאזט מען נישט אריין קיין פֿיסגייער און אויך נישט קיין וועלאסיפעדן.
אן אויטאסטראד ווערט צעטיילט מיט צוויי אדער מער פֿארקער־ליניעס אין יעדער ריכטונג.
גאַלעריע
אויטאָפּיסטאַ לאס ליבערטאַדאָרעס, (אינטערנאציאנאלער שאָסיי) סאַנטיאַגאָ, טשילע
שאָסיי 417 (די קווינסוויי) אין אטאווא, אָנטאַריאָ, קאַנאַדע
אינטערסטייט 376 מזרחדיק אין פיטסבורג, פּענסילוועניע, פאראייניגטע שטאטן
אינטערנאַציאָנאַלער E-שאסיי E6 E20 אין דרום-מערב וואַרבערג, שוועדן
אַן עלטערע דייטשע אויטאבאַן אָן אַ נויטפאַל שטעג
אינטערסטייט 94 קומט די לאָרי הילל טוננעל אין מינעאפאליס, מינעסאטע, פאראייניגטע שטאטן
די בריטישע קאָלאָמביע שאָסיי 1 אין וואַנקואווער, בריטיש קאָלומביע
דער איטאַליענישער אויטאסטראד A26 אריינגייענדיג אין אַ טונעל
שטאטישער אויטאסטראד (I-75 און I-85) אין אטלאנטא, דזשארדזשיע, פאַראייניקטע שטאַטן