אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שוואן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (רעדאַקטירונגען פֿון 82.166.132.161 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Dexbot)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:42, 22 נאוועמבער 2022

שוואַנען
שטומע שוואנען (Cygnus olor)
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: Animalia
שטאַם: Chordata
קלאַס: Aves
סדר: Anseriformes
פאַמיליע: Anatidae
אונטערפאַמיליע: Anserinae
מין: Cygnus
Bechstein, 1803

דער שוואַן (לאטייניש: Cygnini) איז א וואסער פויגל, פון דעם מין Cygnus אין דער פאמיליע Anatidae, וואס נעמט איין אויך גענז און קאטשקעס. זיי געהערן צו דער אונטערפאמיליע Anserinae.

די פעדערן פון א שוואן זענען גאנץ ווייך און מען ניצט זיי פאר קישענעס, דאכענעס און פערענעס.

דער שוואן לעבט אין די קילע לענדער, ווי למשל אייראפע, אויסטראליע און דרום אמעריקע, אבער נישט אין די טראפישע לענדער. די שוואנען אין דעם צפון האלבקיילעך זענען ווייס (ד"ה זיי האבן ווייסע פעדערן) אבער די פונעם דרום האלבקיילעך זענען שווארץ און ווייס.

שוואנען לעבן אויפן וואסער און עסן פלאנצן וואס וואקסן אין אזערעס און אקעאנען (בערך 4 ק"ג יעדן טאג), ווי אויך אינסעקטן.

אמאל פלעג מען עסן שוואנען פלייש.

אין יידישקייט

פרייטאג צונאכט אין די זמירות זינגט מען: "להתענג בתענוגים, ברבורים שלו ודגים" וואס איז טייטש "האבן א פארגענוגן פון שוואנען, וואכטל און פיש".