אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רעוואלוציע"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 20: | שורה 20: | ||
[[קאטעגאריע:רעוואלוציעס|*]] | [[קאטעגאריע:רעוואלוציעס|*]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:36, 27 נאוועמבער 2022
רעוואלוציע איז א איבערקערעניש. מען ניצט דער ווארט אויך ווען מרעדט וועגן א רעגירונג טויש און אויך רעדנדיג איבער א דראסטישער טויש אין סיי וואס.
חילוק צווישן פוטש און רעוואלוציע
א פוטש און א רעוואלוציע זענען צוויי אנדערע זאכן. אין א רעוואלוציע איז פאראן א באוועגונג צווישן דאס פאלק וואס וויל א טויש און ווען די באוועגונג ווערט גענוג גרויס און מאכטפול וועלן זיי זיך באוואפענען און אטאקירן די רעגירונג און איר אנידערזעצן. דאס קען אמאל פארמישן די מיליטער און אמאל נישט און איז געוואנדן אויב די רעגירונג האט די מיליטער מיט זיך אדער נישט.
א ביישפיל פון א פירער וועלכער איז אריינגעקומען נאך א רעוואלוציע איז פידעל קאסטרא פון קובא, און א רייע קאמוניסטישע לענדער ווי כינע, וויעטנאם, לאאס און נאך.
א פוטש איז אן אינערליכע אקט וועלכע האט גארנישט צעטאן מיט דאס פאלק. א פוטש קען קומען אלס א סופרייז אויך פאר דאס פאלק וויבאלד עס איז נישט בעפאר געווען א רעוואלוציע אין וועלכע דאס פאלק האט פארלאנגט א טויש. געווענליך וועט א פוטש געטאן ווערן דורך די מיליטער וועלכע איז די איינציגסטע גענוג מאכטפולע ארגאניזאציע וועלכע קען אראפברענגן די רעגירונג.
אמאל איז א פוטש בלוטיג צוליב שלאכטן און אמאל קען עס אויסגעפירט ווערן אן א שאס ווי עס איז געווען דער פאל אין טיילאנד אין ענדע 2006. דער פרעמיער מיניסטער איז געווען אויסערן לאנד ווען זיין מיליטער האט ארומגערינגלט די רעגירונג געביידעס און איבערגענומען די לייצעס ביז א נייע רעגירונג וועט ערוועלט ווערן.
א פוטש קען אויך אמאל געמאכט ווערן דורך רעגירונג אפיציעלן זעלבסט אין פאל די מיליטער איז נישט איינשטימיג אדער וויל זיין נוטרעאל. אזא פוטש איז פרובירט געווארן קעגן היטלער אין ברען פון די צווייטע וועלט קריג ווען א טייל פון זיינע אייגענע מיניסטארן האבן איינגעזען אז ער איז נישט מער ווי א קאלטבלוטיגע רוצח און זיינע מעשים וועט נישט ברענגן קיין גוטס פאר דייטשלאנד. יענער פוטש איז דורכגעפאלן ווען א באמבע וואס האט אויפגעריסן אין היטלער'ס אפיס האט פארפעלט אים אומצוברענגן.
א פוטש קען קומען צוליב פארשידענע סיבות אויב די מיליטער אדער אפיציעלן באשליסן אז עס איז צייט צו באזייטיגן דעם פירער אוןו אמאל די גאנצע רעגירונג זיינע. אין טיילאנד, צום ביישפיל, האט מען באשולדיגט דעם פרעמיער מיניסטאר אלס קארופטירט און דאס איז געווען די איינציגסטע וועג וויאזוי מען האט געקענט שנעל פטור ווערן פון אים.
די לעצטע בלוטיגע פוטש איז געווען אין טשילע אין די 70'גער יארן וואו די מיליטער האט איבערגענומען די רעגירונג פאר איבער 15 יאר ביז ווילאנג מען האט געקענט איינשטעלן א נייע ציווילע רעגירונג. א פרידליכע פוטש איז געווען אין פאקיסטאן אין 99' פון וועלכע דער היינטיגער פרעזידענט פערוועז מושאראף איז געקומען צו דער מאכט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!