אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אברהם ליס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022

 

אברהם ליס (1913, ביאליסטאָק - 1998, תל-אָביב) איז געווען אַן ישראלדיקער ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער און רעדאַקטאָר.

לעבנסגעשיכטע

אברהם ליס איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אין דער שטאָט ביאליסטאָק (איצט – אין פּוילן, דעמלט – אין רוסלענדישער אימפּעריע. אין 1933 איז ער געווען צווישן די גרינדער פון דער ייִדישער קולטור-געזעלשאַפט אין זײַן שטאָט. אין 1935 האָט ער דעביוטירט מיט אַ קריטישן אַרטיקל אין דער ביאַליסטאָקער צײַטונג "אונזער לעבּן". אין 1936 איז ער עולה געווען קיין ארץ ישראל. במשך פון יאָרצענדליקער האָט ער פאַרעפטלעכט ליטעראַטור-קריטישע אַרטיקלען און פאַרצייכענונגען אין דער ייִדישער פּרעסע פון ישראל, פּוילן, ראַטנפארבאַנד, דרום-אַמעריקע און דרום-אַפריקע. אין 1940 – 1949 האָט אברהם ליס רעדאַגירט צוזאַמען מיט א.ריוועס דעם זשורנאַל "אונדזערס: זאַמלונג פֿאַר ליטעראַטור און קריטיק". במשך 28 האָט ער געפירט ראַדיִאָ-פּראָגראַמען "קול ישראל" וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. אין 1962 – 1968 איז אברהם ליס געווען דער דיקערטאָר און רעדאַקטאָר פונעם תל-אָביבער "י.ל.פּרץ פאַרלאַג". זינט 1967 ביז זײַן טויט אין 1998 איז ער געווען דער דירעקטאָר פונעם תל-אָביבער בית שלום-עליכם און דער רעדאַקטאָר פון זײַן פאַרלאַג.

זײַנע ביכער

  • היים און דויער: וועגן שריַיבער און ווערק, תל-אָביב, "י"ל פּרץ ביבליאָטעק", 1960.
  • אין זכות פֿון וואָרט: (עסייען און שמועסן, תל-אָביב, "פֿאַרלאַג י. ל. פּרץ", תשכ"ט.‏
  • אין דער מחיצה פֿון שאַפֿער, תל-אָביב, "פֿאַרלאַג י. ל. פּרץ", תשל"ח, 1978.
  • שמועסן בכתב,‫ תל-אָביב, "פֿאַרלאַג י. ל. פּרץ", תשמ"ה, 1985.

וועבלינקען