אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם יעקב פרידמאן (צווייטער)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 41: שורה 41:
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א|אברהם יעקב]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א|אברהם יעקב]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 12:26, 25 נאוועמבער 2022

 רבי אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא
רבי אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא

רבי אברהם יעקב פרידמאן (דער צווייטער) (ח' מנחם אב ה'תרמ"ד - ה' טבת ה'תשכ"א), רבי פון סאדיגורא און תל אביב, דער "אביר יעקב".

אפשטאם

רבי אברהם יעקב איז געבוירן אין סאדיגורא ח' מנחם אב ה'תרמ"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת בת שבע א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן, פון סאדיגורא.

רבנות

אין יאר ה'תרס"ז נאך דער פטירה פון זיין פאטער האט רבי אברהם יעקב איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט אין סאדיגורא. צוזאמען מיט זיין יונגערן ברודער רבי שלמה'ניו האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה אין סאדיגורא און זיך אליינס אפגעגעבן מיט די בחורים.

ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי אברהם יעקב אנטלאפן קיין וויען צוזאמען מיט זיין פעטער דעם פחד יצחק, נאך דעם קריג איז ער געבליבן וואוינען אין וויען. אין יאר ה'תרצ"ח זענען די נאציס אריין קיין וויען, און די ערשטע זאך מיט וואס זיי האבן זיך פארנומען איז געווען אפשפעטן פון די יידן, און זיי האבן געצווינגען די רבי'ס צו קערן די גאסן. רבי אברהם יעקב האט געמאכט א נדר, אויב ער וועט זוכה זיין ארויף צופארן קיין ארץ ישראל וועט ער קערן די גאסן אין ארץ ישראל.

זיינע אנהענגער האבן זיך שטארק געמוהט ארויסצוברענגען רבי אברהם יעקב פון וויען נאך א שווערער אינטענסיווער ארבעט איז זיי געלונגען צו באקומען פאר אים א וויזע קיין ארץ ישראל. כ"ג אלול ה'תרח"ץ איז רבי אברהם יעקב אנגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין תל אביב.

יארן לאנג איז ער געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און א שטיק צייט איז ער געווען איר נשיא.

הסתלקות

רבי אברהם יעקב איז נפטר געווארן פרייטיק צונאכטס ה' טבת ה'תשכ"א, און ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.

פאמיליע

י"ז מנחם אב ה'תרס"ב האט רבי אברהם יעקב געהייראט מרת בלומה רייזיל ( - ו' אייר ה'תשי"ח, א טאכטער פון הרב יצחק מאיר העשל פון קאפיטשיניץ. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (6)


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!