אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רויזנוואסער (פילם)"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:40, 22 נאוועמבער 2022
רויזנוואסער (ענגליש: Rosewater) איז א אמעריקאנישער 2014 דראמא־פילם, רעזשיסירט דורכן טעלעוויזיע פערזעהנלעכקייט דזשאן סטוארט, באזיהרט אויף א בוך פון א אמת'ער געשיכטע וואס איז פארגעקומען אין איראן.
געשיכטע
אן איראנער-קאנאדישער דזשורנאליסט פאהרט קיין איראן צו דעקן די 2009 פרעזידענט־וואלן און ווערט ארעסטיהרט אויפן חשד פון זיין א שפיאן, באזיהרט אויף א ווידיאו פון זיין ערשיינונג אויף די דעילי שאו.
ער וועהרט געהאלטן אין תפיסה פאר ארום פיער מאנאטן, וואו ער וועהרט געפֿאָרשט און געפּייניגט אבער ברעכט זיך נישט.
דער נאמען פונעם פילם איז באזיהרט אויפן בוך וואס ער האט אזוי א נאמען געגעבן ווייל זיין אויספארשער האט תמיד געשמעקט פון רויזנוואסער, מיט וואס ער האט זיך באשפּריצט צוליב וואס ער האט זיך נישט געטושט.
שפיעלער
פראדוקציע
ער איז פילמיהרט געווארן אין ירדן אום 2013 פאר די קאסטן פון ארום צעהן טויזנט דאלער.
ער איז דער עהרשטער פילם פאר דזשאן סטוארט, וועלכער האט דאס אונטערגענומען בלית ברירה ווייל יעדער האט געצעגערט דערמיט. ווי ער זאהגט האט ער געפיהלט אז ווי לעהנגער מען ווארט, וועט עס פארליהרן זיין רעלעוואנטקייט.
אפקלאנג
עס האט געהאט א גאנץ פאזיטיווע אפקלאנג.