אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חנניא בן חכינאי"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 38: | שורה 38: | ||
[[קאטעגאריע:תנאים]] | [[קאטעגאריע:תנאים]] | ||
[[קאטעגאריע:עשרה הרוגי מלכות]] | [[קאטעגאריע:עשרה הרוגי מלכות]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:34, 27 נאוועמבער 2022
רבי חנניא בן חכינאי איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.
זיין צייט
רבי חנניא בן חכינאי איז געווען פון צווייטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]
ס'איז פארהאן א מיינונג אז רבי חנניא בן חכינאי איז געווען איינע פון די עשרה הרוגי מלכות.[2]
צוויי רבי חנניא בן חכינאי
דער ערשטער:
- אין דער משנה פון מסכת כלאים, זאגט רבי אליעזר בן יעקב - וועלכער איז געווען פון צווייטן דור תנאים - נאך פון חנניא בן חכינאי. [3]
- דער רמב"ם [4] רעכענט אויס רבי חנניא בן חכינאי צווישן דער ליסטע פון תנאים וואס ווערען דערמאנט נאר איינמאל אין דער משנה
- דער ספר יוחסין שרייבט רבן יוחנן בן זכאי איז געווען א חבר פון רבי חנניא בן חכינאי.
דער צווייטער:
- די גמרא אין מסכת כתובות [5] פארציילט ווי אזוי רבי חנניא בן חכינאי איז אוועק געגאנגן פון זיין שטוב לערנען תורה נאך דער חתונה פון רבי שמעון בן יוחאי, איבערלאזנדיג זיין ווייב מיט א קליינע טאכטער אין געזעצען אין ישיבה צוועלף יאר.
די גמרא אין מסכת חגיגה [6] זאגט רבי חנניא בן חכינאי איז געווען א תלמיד פון רבי עקיבא.
אין משניות
- מסכת כלאים פרק ד' משנה ח', רבי אליעזר בן יעקב אומר משום חנניא בן חכינאי, אפילו חרבה האמצעית, ואין בין שורה לחברתה שש עשרה אמות, לא יביא זרע לשם, וכו'
- מסכת מכות פרק ג' משנה ט', חנניא בן חכינאי אומר, אף הלובש כלאים, אמרו לו, אינו השם, וכו'
- מסכת אבות פרק ג' משנה ד', רבי חנניא בן חכינאי אומר, הנעור בלילה, והמהלך בדרך יחידי, והמפנה לבו לבטלה, הרי זה מתחייב בנפשו
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!