אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אברהם ווידער"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022
ר' אברהם ווידער איז דער בירגערמייסטער פון קרית יואל.
ער איז דער העכסטער חסידישער פאליטישער ערוועלטער פיגור און ניו יארק, זייענדיג דער בירגערמייסטער פון די ווילעדש.
ער איז געווארן בירגערמייסטער זייט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה, דער ערשטער בירגערמייסטער, איז געשטארבן, תשעה באב ה'תשנ"ח, ביז דאן איז ער געווען דער וויצע-בירגערמייסטער, א גאטונג ווי א וויצע פרעזידענט.
די ווילעדש אין איר היסטאריע האט בלויז געהאט די צוויי בירגערמייסטערס זינט איר גרינדונג אין ה'תשל"ז.
ער איז א פייערדיגער חסיד פון סאטמארער רבי'ן ר' אהרן טייטלבוים שליט"א.
צוליב זיין עהרליכקייט, פרומקייט און צוגלאזענקייט, איז ער זייער רעספעקטירט און באליבט אין קרית יואל אפילו ביי די זאליס און בני יואל, וואס אפי' ווען זיי רייסן אראפ די ווילידש ווירטשאפט זאגן זיי אלס אז ר' אברהם ווערט בלויז מיטגעשלעפט.
זייט די סאטמאר מחלוקת האבן די זאליס און בני יואל שוין מערערע מאל פרובירט איהם צו ארויסוויילן און זיי האבן געשטעלט א העפטיגער קאמפיין מיט שטארקע קאנדידאדטן, אבער זיי זענען אלס דורכגעפאלן און די מערהייט פון קרית יואל האט אלס ווידער-ערוויילט ר' אברהם.
ולא עוד, אז אפי' די אנדערע פאליטישע פאזיציעס, די פיר נאמנים, וואס האט נאך געהאט צוויי זאליס, ר' מענדל שווימער מיט כהנא, זענען ביידע ארויסגעוויילט געווארן און זיי זענען ערזעצט געווארן מיט צוויי געשוואוירענע אהרונים, ר' יעקב ישראל פריינד און ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש, אזוי איז דער גאנצער ווילעדש פירערשאפט געווארן לויטער אהרונים.