אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קוגל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אריבער א באדייטן בלאט)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022

לאקשן קוגל

קוגל (ענגליש: pudding) אן עסנווארג, די אלגעמיינע קוגל איז דער "קארטאפל קוגל" און דער "לאָקשן קוגל".

מענטשן מיינען אז דאס ווארט "קוגל" שטאמט פון לשון קודש ווארט "כעיגול", וואס מיינט "אזוי ווי א רינג", וויבאלד די ארגינעלע קיגלעך זענען געפורעמט קיילעכדיג. אבער אין אמת'ן דאס איז אן אריגינאל יידיש ווארט וואס באדייט א זאך מיט דער צורה פון א באל, גלייך ווי דייטש: Kugel.

פאראן צענדליקער אויב נישט הונדערטער סארטן קוגלען. קוגלען קענען זיין זיס, זאלציק, פארברענט, נאס, טרוקן, הויך, פלאטשיג, אדער סיי וועלעכע אנדערע פארעם. קוגלעך ווערן געמאכט פון פארשיידענע סארטן עסנווארג.

קוגלעך קענען צוטיילט ווערן אין עטליכע משפחות.

טייג קוגל

מעהל קוגל

לאקשן קוגל

לאקשן קוגל איז געמאכט פון געקאכטע לאקשן מיט פארברענטע צוקער. די פוילישע מאכן דאס זיס און די ירושאלמער מאכן דאס שארף.

קארטאפל קוגל

אווערנייט קוגעל

אין די לעצטע צען יאר איז אין חרדישע ערטער צושפרייט געווארן דער געדאנק פון אווערנייט קוגל, וואס מיינט אז מען לאזט דעם קוגעל זיך באקן פאר סאך א לענגערע צייט ווי עס נעמט דאס עצם קאכן, צומאל פיר און צוואנציג שעה אבער אויף אן אופן אז עס זאל זיך נישט ממש פארברענען, דער רעזולטאט איז א קוגל וואס איז שטארק דורכגעבאקן מיט א מער טונקעלן קאליר.

דער טעכניק ווערט בעיקר גענוצט אויף קארטאפל קוגל, באריכטן פון ניצן דעם טעכניק אויף אנדערע קוגלען צייגן אז עס איז נישט גאר ווירקזאם.

פרוכט קוגלען

עפל קוגל

ציבעלע קוגל

ציבעלע קוגל איז א מאכל וואס מען עסט אין סקווערער חסידות, אום פרייטיג צונאכטס סעודה; עס איז ציבעלע ארומגענומען מיט טייג - ווי א גרויסע קרעפל. דאס איז אלץ די ענין פון 'פשטידה' וואס איז דערמאנט אין שו"ע, אלץ זכר צו די מן וואס איז אזוי געווען.

אין מקור - אינדערהיים אין אוקריינא, פלעגט דאס זיין א בהמה לעבער קוגל; און נאכן קריג, ווען דער סקווערער רבי - ר' יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל האט נישט געהאט קיין בהמה לעבער, ווייל ער האט נאר געגעסן בהמה פלייש וואס איז געשאכטן מיטן חומרה - אכטונג צו געבן אויף די 18 סימני טריפות, דערפאר איז די קוגל געבליבן מיט ציבעלע אן די לעבער. זינט דאן איז דאס א ציבעלע קוגל.

אין טאהש איז נאך היינט דא די מנהג, צו עסן א לעבער קוגל.

ווען עסט מען קוגל

אסאך האלטן אז עסן קוגל איז א מצוה בפרט אויף שבת קודש. ס'איז באוואוסט דער גודל החשיבות וואס נשיאי עולם וגדוליהם האבן מייחס געווען צום עסן פון קוגל. בשעת מ'עסט אויך א געשמאקע קוגל, איז מען מקיים אויך מצות עונג שבת.