אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבינו מלכנו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(געשאַפֿן בלאַט מיט '"'''אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ'''" איז א יידישע תפילה וואס באשטייט פון עטלעכע פערציק בק...')
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022

"אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ" איז א יידישע תפילה וואס באשטייט פון עטלעכע פערציק בקשות און תחינות, וואס יעדער איינער הייבט אן ווענדן צום אייבערשטן מיט די ווערטער "אבינו מלכנו". התפילה נאמרת בעשרת ימי תשובה ובתעניות.

מקור פון דער תפילה

די תפילה אבינו מלכנו ווערט געברענגט שוין אין סדר רב עמרם גאון[1], וואס איז דער עלטסטער סידור וואס מיר האבן היינט. אין כלבו שטייט געשריבן אז דער מקור פון דער תפילה איז אין דעם תלמוד (מסכת תענית כ"ה, ע"ב) וואס רעדט וועגן דאווענען אין א צייט פון טרוקעניש. אין דער גמרא ווערט געברענגט אז די חכמים האבן גוזר געווען א תענית ציבור, און רבי אליעזר האט געדאווענט און געדאווענט, דאך איז נישט געקומען קיין רעגן. איז רבי עקיבא געגאנגען צום עמוד און האט געזאגט: "אבינו מלכנו חטאנו לפניך. אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה", און באלד האט אנגעהויבן רעגענען. שרייבט דער כלבו: "וכשראו הדור שנענה באותה תפילה, הוסיפו עליו דברי בקשות ותחנונים, וקבעום לעשרת ימי תשובה"[2]. די ווערטער ווערן ציטירט אין בית יוסף[3] און ענלעכע ווערטער טרעפט מען אין סידור רש"י[4]. הרב מרדכי יפה שרייבט אין דעם לבוש: "שהוא נתייסד מפי ר' עקיבא כנגד ברכות אמצעיות של שמונה עשרה" וניכר מדבריו שהוא מייחס את תיקון התפילה עצמה לרבי עקיבא[5].

ווערנט די יארן האט מען צוגעלייגט נאך בקשות אין דער תפילה פון אבינו מלכנו, לויט די נוסחאות פון די פארשידענע געמיינדעס.

רעפערענצן

  1. סדר רב עמרם, סדר רב עמרם השלם ח"ב - אריה ליב פרומקין, קמח
  2. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען כלבו
  3. טור, אורח חיים, חלק ב', סי׳ תקפד
  4. סידור רש"י, הוצאת מקיצי נרדמים, ברלין, סי׳ קפ
  5. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען הלבוש

מוסטער:יידישקייט-שטומף