אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קארל דער גרויסער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Removing Link GA template (handled by wikidata))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022

קייזער קארל

קארל דער גרויסער איז געווען דער קעניג פון די פראנקן פון יאר 768 און קייסער פון דער רוימישער אימפעריע פון יאר 800 למספרם.

געבוירן דעם 2טן אפריל 748, און געשטארבן דעם 28סטן יאנואר 814.

באציאונגען מיט יידן

קארל דער גרויסער האט זיך געוואנדן ברייטהארציק צו די יידן, אזוי ווי זיין פאטער פעפין דער קורצער וואס האט געדענקט די הילף פון די יידן ווען ער האט איינגענומען פראוואנס פון די מורו. אין זיינע צייטן האט מען אריינגענומען יידן אין דעם קייסערישן הויף, און א ייד, יצחק, לכאורה א דאלמעטשער, האט באטייליקט אין דער גרופע וואס קארל האט געשיקט צו הארון אל-ראשיד. ביי יידן האט מען גערעכנט די תקופה פון קארל'ס מלוכה די גאלדענע צייט פון פראנצויזישן און דייטשן יידנטום.