אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אביגדור האלבערשטאם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022

רבי אביגדור האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"חכ"א אדר ה'תרל"ז) רב אין דוקלא.

אפשטאם

רבי אביגדור איז געבוירן אין פשעמישל אין יאר ה'תקפ"ח צו זיין פאטער הרב אריה לייביש האלבערשטאט, אן אייניקל פון הרב צבי הירש חריף, רב אין האלבערשטאט. און צו זיין מוטער מרת מרים די טאכטער פון הרב דוד פון טארניגראד, אן אייניקל פון הרב צבי אשכנזי, דער חכם צבי.

רבנות

ביי די דריי יאר ה'תק"ל איז רבי אביגדור געווארן א יתום, און איז ערצויגן געווארן ביי זיין ברודער הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

רבי אביגדור איז געווען רב אין באבוב, ווען הרב נתן יהודה ליב אשכנזי, דער דאמאלסדיגער רב אין דוקלא, איז אריבער קיין טיסמעניץ, האט מען לויט דעם פארלאנג פון זיין ברודער דער צאנזער רב, אויפגענימען רבי אביגדור אלס רב אין דוקלא .

הסתלקות

רבי אביגדור איז נפטר געווארן כ"א אדר ה'תרל"ז.

פאמיליע

רבי אביגדור האט געהייראט מרת חנה, א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. זייער איינציגע טאכטער:

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר