אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאלעוועל טעמפל משכונות קריזיס"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 16: | שורה 16: | ||
[[קאַטעגאָריע:טעקסאס]] | [[קאַטעגאָריע:טעקסאס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:2022]] | [[קאַטעגאָריע:2022]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:26, 27 נאוועמבער 2022
דער קאלעוועל טעמפל משכונות קריזיס האט פאסירט אום 15טן יאנואר 2022, שבת פרשת בשלח ה'תשפ"ב, ווען א טעראריסט פון פאקיסטאנער אפשטאם האט אריינגעשטורעמט אין דער בית ישראל רעפארם סינאגאגע אין קאלעוויל, טעקסאס, פאראייניגטע שטאטן, און גענומען דעם ראביי און דריי אנדערע אידן אלס משכונות, דראענדיג מיט א ביקס.
אין לויף פון די געשפרעכן צווישן די פארהאנדלער מיט דעם טעראריסט האט ער פארלאנגט אז אין אויסטויש פון דער באפרייאונג פון זיינע משכונות זאל מען באפרייען א פּאקיסטאנער טעראריסטקע, אפיא סידיקי, וואס ווערט געהאלטן אין טורמע פאר פּרובירן הרג'נען אמעריקאנער ארמיי אפיצירן אין אפגאניסטאן.
נאך זעקס שעה האט ער ארויסגעלאזט איין פארכאפטן איד, בעת וואס די דריי אנדערע פארכאפטע האבן זיך ארויסגעכאפט און אנטלאפן נאך עלף לאנגע שעות.
א באוואפנטע גרופע פון העכסט מושטירטע עף-בי-איי סוואט מיטגלידער האבן דערשאסן דעם טעראריסט צום טויט בעת'ן שטורעמען דעם טעמפל.
די טעראריסטקע
אפיא סידיקי איז א פּאקיסטאנער כירורג וואס האט פארבינדונגען מיט אל-קאידא און איז געפונען געווארן שולדיג אין פּרובירן הרג'נען אמעריקאנער אפיצירן אין אפגאניסטאן. סידיקי געפינט זיך אין א פעדעראלער טורמע אין טעקסאס, ווערנדיג פאראורטיילט צו 86 יאר.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!