אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבו מוסאב אל-זארקאווי"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022
אבו מוסאב אל-זארקאווי (20סטן אקטאבער 1966 - 7טן יוני 2006) איז געווען א ירדנ'ער טעראריסט וועלכער האט אפערירט א מיליטאנטישע טרענירונגס קעמפ אין אפגאניסטאן אינאיינעם מיט אסאמע בין לאדען און איז באקאנט געווארן נאכדעם וואס אמעריקע האט אים באשולדיגט אין מערערע אטאקעס קעגן אמעריקאנער אינטערסן און טרופן.
ביאגראפיע
זיין ריכטיגער נאמען איז געווען אכמעד פאדיל אל-נאזאל אל-קאהאלעלי וועלכער ער האט שפעטער געטוישט צו אבו מוסאב אל-זארקאווי וואס באדייט דער נאמען פון זיין טאט'ן און דער פלאץ פון וואו ער קומט וועלכע איז געווען זארקא. זארקאווי איז געווען א יארדאנישער געבוירענער אין דעם שטאט זארקא וועלכע געפינט זיך בערך 15 מייל פון דער הויפטשטאט אמאן.
זארקאווי איז אויפגעוואקסן מיט ארימקייט און האט געמוזט אויפגעבן סקול ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. ביי די 17 יאר איז ער צום ערשטן מאל ארעסטירט געווארן פאר דראגס און אנדערע פארברעכן און איז געזעסן קורץ אין א ירדן טורמע אין די 1980ער יארן. באלד נאך זיין ארעסט האט ער זיך אנגעשלאסן צו ווערן א מיליטאנט אין אפגאניסטאן מיט די אויפשטענדלער וועלכע האבן געקעמפט די סאוויעטן. למעשה איז זארקאווי ערשט געווען קאמפס גרייט ביי דער צייט די רוסן זענען שוין געווען אינדרויסן פון אפגאניסטאן. זארקאווי האט זיך דארט געטראפן מיט אסאמא בין-לאדען וועלכער איז געווען דער מייסטער פון די אויפשטאנד און האט אנגעקניפט גוטע באציאונגן מיט אים.
זעענדיג זיך אן קיין ארבעט איז זארקאווי געווארן א רעפארטער פאר א איסלאמישע צייטונג אין אפגאניסטאן און איז ארומגעפארן איבער אייראפע צוזאמענשטעלן רעפארטאזש. מען גלייבט אז אין יענער צייט האט ער געעפענט זיין טעראריסטישע ארגאניזאציע אל-טאוויד וועלכע האט געצילט אריינצושטעלן אן איסלאמישע רעזשים אין ירדן.
אבער ער איז דורכגעפאלן און ביי א באזוך אין ירדן אין 1992 האבן די ארטיגע אויטאריטעטן אים ארעסטירט פאר'ן פלאנירן אן אטאקע אונטערצואווארפן דאס קעניגרייך און אים אריינגעשליידערט אין טורמע וואו ער איז אפגעזעסן די קומענדיגע 7 יאר. אין טורמע איז זארקאווי געווארן ווי א פירער צו אלע ארעסטאנטן כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום ספעציעלע קוואליפיקאציעס אדער פירערשאפט כשרונות. ער איז אויפגעוואקסן אן קיין נארמאלע ערציאונג און עס האט זיך שטארק דערקענט אויף אים.
אין 999' איז ער ארויס פון טורמע און זיך באלד צוריק געקערט צו טעראריזם און איז געווען א טייל פון א גרופע וועלכע האט פרובירט אויפרייסן די רעדיסאן האטעל אין אמאן וואו אסאך אמעריקאנער און איזראעלישע האבן כסדר גענעכטיגט. די אקציע איז דורכגעפאלן און מען האט ארעסטירט רוב פון די פלאנירער און זארקאווי איז אנטלאפן קיין פאקיסטאן וואו ער האט זיך באזעצט אין א שטעטל נאנט צו די גרעניץ מיט אפגאניסטאן. דארט האט ער אויפגעשטעלט א טעראריסטישע טרענירונג'ס קעמפ וועלכע האט זיך געפינען אריבער די גרעניץ אין אפגאניסטאן וועלכע האט זיך ספעציאליזירט מיט אויפרייס מאטריאל און סם.
אויסשפיר אגענטורן פון אייראפע און פון ירדן האבן אנגעוויזן אז זארקאווי האט דארט געגרינדעט א טעראריסטישע ארגאניזאציע מיט'ן נאמען דזשונד אל-שאם און האט באקומען בערך $200,000 דירעקט פון אסאמא בין לאדען. זארקאווי האט נישט באהאלטן די מאטיוון פון זיין ארגאניזאציע און האט שנעל געהאט 150 מיטגלידער וועלכע האבן זיך טרענירט אין זיין קעמפ. אבער צווישן זיינע מיטגלידער זענען געווען באהאלטענע אגענטן פון ירדן וועלכע האבן ארויסגעגעבן אינפארמאציע. ווען אמעריקע איז אריין קיין אפגאניסטאן האבן זיי גענוצט די אינפארמאציע און צושטערט זיין גרופע. דאס איינציגסטע מאל וואס מען האט שפעטער געהערט פון די גרופעס איז געווען ווען דער נאמען איז גענוצט געווארן צו נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע אין דאכא, קאטאר.
אין 01' איז זארקאווי נאכאמאל ארעסטירט געווארן אין ירדן אבער האט זיך ארויסגעדרייט און ווידער אנטלאפן. א קורצע צייט דערויף האט א ירדן געריכט אים באשולדיגט אין די פלאנירונג פון די אטאקע אויף די רעדיסאן האטעל און אים געגעבן א טויט שטראף אורטייל. זארקאווי איז שוין דעמאלט נישט געווען צום געפינען אבער דער פאקט אז א טויט שטראף אורטייל האט געהאנגן אויף זיין קאפ האט אסאך צוגעהאלפן פאר אמעריקע ווען מען האט געזאמעלט אינפארמאציע איבער אים. די ירדן אויטאריטעטן זענען געווען די הויפט קוואל פאר אינפארמאציע איבער זיין לעבן און נאר א דאנק זיי האט מען אים עווענטועל געכאפט.
וואו ער איז אנטלאפן נאך זיין לעצטע ארעסט איז נישט קלאר, אבער עווענטועל איז ער אנגעקומען קיין איראק וואו ער האט ווייטער געווירבעלט מיט טעראריזם. זיין נאמען איז צום ערטשן מאל אויפגעקומען אין אמעריקע ווען קאלין פאועל האט געגעבן זיין היסטארישע רעדע צו די פאראייניגטע פעלקער אין פעברואר 03' אין וועלכע ער האט באשולדיגט איראק צו האבן א פארבינדונג מיט אל-קאידא. פאועל האט גענוצט דעם נאמען זארקאווי אלס א ביישפיל פון א אל-קאידא פליגל ארגאניזאציע וועלכע האלט זיך אויף אין איראק און באקומט שטיצע פון די איראקער רעגירונג. אינעם רעדע האט פאועל געטייטעלט זארקאווי אלס א פאלעסטינער אבער דאס איז געווען א פשוט'ער טעות און די אינפארמאציע פון די בוש אדמיניסטראציע האט יא געוואוסט אז ער איז פון ירדן.
פאועל'ס רעדע איז שפעטער אפגעפרעגט געווארן און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין געבויט אויף פאלשע אינפארמאציע וועלכע די בוש אדמיניסטראציע האט געקליבן אונטער די רוקן פון די סי-איי-עי. ביז'ן היינטיגן טאג איז נאך אלץ נישט פאראן קיין באווייז אז איראק האט טאקע געהאט א פארבינדונג מיט אל-קאידא. די סי-איי-עי האט שפעטער געזאגט אז זארקאווי איז שוין דעמאלט נישט געווען א טייל פון אל-קאידא. פארקעט גאר, ער איז געווען א קאנקורענט צו אסאמע בין-לאדען און די צוויי ארגאניזאציעס האבן קיינמאל נישט געטוישט אינפארמאציע. עס איז אויך קיינמאל נישט ארויפגעקומען באווייזן אז זארקאווי האט באקומען שטיצע פון סאדאם כוסעין'ס רעגירונג. קעניג אבדולא פון ירדן האט אבער אמאל געזאגט אין אן אינטערוויו אז ירדן אפיציעלן האבן געהאט אינפארמאציע וואו אין איראק זארקאווי וואוינט און האבן אים פרובירט פארכאפן אבער זיי האבן נישט געקענט איבערצייגן די איראקער רעגירונג מען זאל אים איבערגעבן.
וויאזוי אימער, האט זארקאווי אפיציעל געשוואוירן געטריישאפט און לאיאל צו בין לאדען אין 04' און געטוישט די נאמען פון זיין ארגאניזאציע צו אל-קאידא אין איראק.
אומבאשטעטיגטע באריכטן וועלכע זענען ארויפגעשווימען אין די וואך פון זיין טויט זאגן אז די פענטאגאן האט ווייניגסטענס דריי מאל געפלאנט אן אפעראציע צו באזייטיגן זארקאווי און זיין גרופע נאך בעפאר די איראקער אינוואזיע. אבער יעדעס מאל איז עס אפגעווארפן געווארן דורך די נאציאנאלע סעקיוריטי קאונסיל וועלכע האבן געהאלטן אז דאס וועט שאדן מאכן די אמביציעס פון אמעריקאנער אפיציעלן וועלכע האבן זיך דעמאלט ארומגעדרייט אין אייראפע פרובירנדיג איבערצייגן פראנקרייך און דייטשלאנד זיי זאלן מיטשטיין אין די קריג.
זארקאווי האט געהייראט צוויי מאל און זיין צווייטע פרוי, איזראא, איז געווען אינגאצן 13 יאר און האט געבוירן זיין ערשטע קינד ביי די 15. זיין פרוי און זיין קינד זענען ביידע אומגעקומען אין די באמבע אטאקע וועלכע האט אומגעברענגט זארקאווי. זיין פרוי איז אלט געווען 16 יאר און דאס קינד ארום 18 מאנאטן. עס איז אויך אומגעקומען דארט א קינד פון 5 יאר וועלכע איז נאך נישט אינדענטיפיצירט געווארן.
אטאקעס אין זיין פאראנטווארטליכקייט
די ערשטע אטאקע וועלכע איז דירעקט געווען פארבינדן מיט זארקאווי איז געווען די מארד פון דעם אמעריקאנער דיפלאמאט לורענס פאלעי וועלכע איז ערמארדעט געווארן אין זיין היים אין אמאן אום אקטאבער 03'. דריי פארדעכטיגטע האבן מודה געווען צו ירדן'נער אויטאריטעטן אז זיי זענען געשיקט געווארן דורך זארקאווי און זענען גוט באצאלט געווארן דערפאר. אמעריקאנער אפיציעלן האבן אויך באשולדיגט אל-קאידא און נאך אן עקסטרעמיסטישע גרופע פון אפגאניסטאן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מערדער זענען געצאלט געווארן בערך $27,858 אמעריקאנער דאלאר פון די ארגאניזאציע וועלכע האט זיי געשיקט. קורץ דערויף איז זארקאווי צום צווייטן מאל פאראורטיילט געווארן צום טויט אין ירדן.
די צווייטע אטאקע פון זארקאווי איז געווען די מארד פון ניקאלעס בערג וועלכער איז געמארדעט געווארן פארענט פון א ווידעא וועלכע איז געוויזן געווארן צו די וועלט. בערג איז געווען אן אמעריקאנער וועלכער האט געארבעט אין איראק און זיינע מערדער האבן אים גענוצט אלס א נקמה פאר די אבו גאריב טורמע סקאנדאל.
סי-איי-עי אנאליזירער האבן באשטעטיגט אז דער מערדער אויפ'ן ווידעא איז געווען זארקאווי. זיי האבן דאס באשטעטיגט נאר אויף זיין שטימע ווייל ער האט אנגעהאט א מאסק אויפ'ן קאפ צו פארדעקן זיין געזיכט. אנדערע עקספערטן פון די מידיא האבן דאס אוועקגעמאכט וויבאלד דער שטימע אויפ'ן טעיפ איז נישט געווען מיט קיין ירדן אקצענט וועלכע זארקאווי האט געהאט. די סי-איי-עי האט קיינמאל נישט געברענגט פרישע באווייזן און עס איז געבליבן א מעגליכקייט.
זארקאווי איז באשולדיגט געווארן אויף א באמבאדירונג פון א באגדאד האטעל. ער איז באשולדיגט געווארן פאר'ן פלאנירן אן אטאקע אין איסטאנבול, טערקיי, אויף נאט"א וועלכע האט קיינמאל נישט פאסירט. די קאנאל האטעל באמבאדירונג אין אוגוסט 03' וועלכע האט אומגעברענגט 22 אריינגערעכנט דער יו-ען ספעציעלע שליח סערדזשיא די מעלא. א בריוו וועלכע איז געשיקט געווארן צו אל קאידא איבער די אויפטוען אין איראק קעגן אמעריקע און איז פארכאפט געווארן דורך איראקער אפיציעלן איז געטייטעלט געווארן אויף זארקאווי. די מארד פון דער בריטישער קען ביגלעי אין 04' איז באשטעטיגט געווארן צו האבן געווען די ארבעט פון זארקאווי מיט זיינע אייגענע הענט. אן אטאקע אויף אמעריקאנער סאלדאטן אין סאמארא וועלכע האט אומגעברענגט 5 מארינען איז געווען זיין ארבעט. ער איז אנוועזנד געווען ביי די צווייטע שלאכט אין פאלודזשע און האט דארט אליינס געקעמפט אבער איז פארשוואונדן געווארן ווען אמעריקאנער סאלדאטן האבן איבערגענומען די שטאט.
אין מערץ 05' האט ער באקומען א פרישן אורטייל אין ירדן געריכט פאר'ן פלאנירן א לופט פאר'סמ'ונג אין אמאן. דער אורטייל איז געווען 15 מאנאטן טורמע איבער די צוויי טויט שטראפן. ער ווערט באשולדיגט פאר אלע האטעל אטאקעס אין אמאן אין 05' וועלכע האט אינאיינעם אומגעברענגט 70 מענטשן. און אויסער דעם איז ער באשולדיגט געווארן אויף אן א שיעור קליינע אטאקעס אויף אמעריקאנער סאלדאטן.
אין די לעצטע צוויי מאנאטן פון זיין לעבן איז זארקאווי צוויי מאל געוויזן געווארן פאר די וועלט אין ווידעא'ס וועלכע האט קלאר געצייגט זיין געזיכט. די ערשטע ווידעא איז געוויזן געווארן אין אפריל דורך די בי-בי-סי אין וועלכע מען זעט זארקאווי זיצן געבנדיג א רעדע צו א גרופע נאכפאלגער מיט פארדעקטע געזיכטן. זארקאווי באשולדיגט דארט אמעריקע און בוש פערזענליך און פרעגט פארוואס אמעריקע האט נישט אנגענומען די פייער שטילשטאנד וועלכע אסאמא בין לאדען האט פארגעשלאגן.
די צווייטע איז געוויזן געווארן דורך די ארמיי אין מאי וועלכע צייגט וויאזוי זארקאווי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיין אויטאמאטישע ביקס ווען עס איז פארהאנקעט געווארן. די מיליטער האט אפגעלאכט פון זארקאווי אז ער איז נישט גענוג טויגליך צו זיין א פירער זינט ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט א פשוט'ע ביקס. אין ביידע ווידעאס האט זארקאווי שטארק געענדעלט אין פריערדיגע בילדער וועלכע איז געקומען פון ירדן און די סי-איי-עי האט דאס באשטעטיגט.
עטליכע טויט באריכטן
זארקאווי איז מערערע מאל באריכטעט געווארן אלס טויט דורך פארשידענע קוועלער וועלכע האט זיך שטענדיג ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש אדער א טעות. צוריק אין 02' האבן די נארדערן אלייענס געהאט באריכטעט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין א מיסיל אטאקע אין אפגאניסטאן. אסאך נייעס באריכטן האבן דאס באריכטעט און דאס איז שפעטער געטוישט געווארן אלס א טעות, צוגעבנדיג אז ער האט איבערגעלעבט די אטאקע אבער איז שווער פארוואונדעט געווארן און איז געפארן קיין באגדאד א מאנאט דערויף וואו דאקטוירים האבן אים באזייטיגט איין פיס. אום אקטאבער דעם זיבעטן 02', איין טאג בעפאר קאנגרעס האט אויטאריזירט דעם פרעזידענט צו גיין אין קריג קעגן איראק, האט פרעזידענט בוש געגעבן א רעדע אין סיסיניטי, אהייא, אין וועלכע ער האט באשטעטיגט דעם באריכט אז זארקאווי איז פארוואונדעט געווארן און איז מער נישט פעאיג צו קעמפן. עס איז דעמאלט געווארן אנגענומען צווישן אמעריקאנער אז זארקאווי האט א פאלשע פיס.
ערשט אין 04' האט ניוזוויק באריכטעט פון קראנטע מקורות אז די מעשה מיט זיין פיס איז נישט ריכטיג און ער פארמאגט יא זיינע ביידע פיס און איז ווארשיינליך קיינמאל נישט געווען ביי די אטאקע אין אפגאניסטאן. ניוזוויק דזשורנאליסטן זענען דעמאלט געווען די ערשטע וואס האבן געשטעלט פראגעס אויב די גאנצע זארקאווי איז נישט מער ווי א פראפאגאנדע וועלכע אמעריקע נוצט צו פארגיטיגן איר רעכט מיטן אריינגיין אין קריג מיט איראק.
אין מאי 05' איז באריכטעט געווארן אויף אן איסלאמישע וועבסייט אז א דעפיוטי וועט איבערנעמען זארקאווי ווילאנג ער וועט זיך ערהוילן פון זיינע וואונדן. שפעטער יענע וואך האט די איראקער רעגירונג באשטעטיגט אז זארקאווי איז שווער פארוואונדעט געווארן אין אן אטאקע פון אמעריקאנער כוחות וועלכע האבן אפילו נישט געוואוסט אז זארקאווי איז איז זייערע הענט. עטליכע איסלאמישע וועבסייטס האבן גערופן צו בעטן פאר זיין געזונט און עס איז געווען א באריכט אז ער האט פארלאזט איראק מיט צוויי דאקטוירים. נאך א וואך איז דער באריכט צוריק געצויגן געווארן דורך די זעלבע וועבסייט וועלכע האט געזאגט אז דאס איז געווען א טעות און זארקאווי לעבט און איז געזונט.
אין סעפטעמבער 2005 איז געווען א באריכט אין די פראנצויזישע צייטונג לא מאנדע אין וועלכע א פראמינענטער מוסולמענער פירער האט געזאגט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין די ערשטע מאנאטן פון די איראקער קריג דורך א באמבע. יענער האט אפילו געזאגט אז זיין פאמיליע אין ירדן האט אפגעהאלטן א פיונרעל צערעמאניע קורץ דערנאך.
אין נאוועמבער איז ווידער געווען א באריכט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין אן אטאקע אין מאסול. די מיליטער האט געהאט באשטעטיגט אז 5 מענטשן זענען אומגעקומען פון די אטאקע און דריי אנדערע האבן זיך דארט אויפגעריסן זעלבסמארד. די מיליטער האט קיינמאל נישט אינדענטיפיצירט אלע קערפער און דער באריכט איז געבליבן א פראגע.
אין דעצעמבער איז געווען א באריכט אויף סי-ען-ען מיט שטארקע מקורות אז זארקאווי איז איינמאל פארכאפט געווארן דורך איראקער כוחות און איז שפעטער ארויסגעלאזט געווארן וויבאלד זיינער פארכאפער האבן נישט געוואוסט ווער ער איז. רעגירונג אפיציעלן האבן געזאגט אז דער באריכט איז א מעגליכקייט אבער האבן נישט געוואלט זאגן אויב זיי האבן דאס אמאל באשטעטיגט.
זיין טויט
זארקאווי איז אנגעבליך אומגעקומען יוני 7 2006 ווען צוויי לעיזער געפירטע באמבעס פון צוויי עף-16 קאמפס פליגער האבן פארניכטעט א הויז 50 קילאמעטער פון באגדאד אין וועלכע ער האט זיך געטראפן מיט אנדערע אל-קאידא מיטגלידער. די אטאקע איז פארגעקומען פארנאכטס אין וועלכע זיין יונגע פרוי אין קינד, אינאיינעם מיט נאך עטליכע ערוואקסענע זענען אומגעקומען.
שפעקולאציע איבער זיין עקסיזטענץ
מערערע דזשורנאליסטן, פראמינענטע אינדיווידועלן, און אפילו רעגירונג אפיציעלן שפעקולירן אויב זארקאווי איז טאקע געווען דער זארקאווי ווי די מיליטער האט אים אויפגעשפילט. אסאך ווילן זאגן אז ער איז גענוצט געווארן אלס א צימבאל צו בארעכטיגן די קריג אין איראק און מען האט כסדר געלייגט באשולדיגונגן אויף זיין נאמען צו פארשטערקערן זיין טעראריסטישע פראפיל. עס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס זאגן אז דער נאמען זארקאווי איז נישט מער ווי א פאבריצירטע פיגור וועלכער האט קיינמאל נישט געלעבט און איז קיינמאל נישט געשטארבן און עס זענען פאראן אזעלכע וואס זאגן אז עס איז יא פאראן אזא מענטש אבער זיין טויט איז נישט מער ווי א פאלשע פראפאגאנדע וועלכע איז גענוצט געווארן צו הייבן די מאראל פון די קריג. אויך זענען פאראן אזעלכע וואס זאגן אז זארקאווי האט גאר געארבעט פאר אמעריקע און מדינת ישראל און האבן א גאנצע בוך מיט סיבות פארוואס דאס שטימט דאס בעסטע.
א באריכט אין די דעילי טעלעגראף האט אמאל נאכגעזאגט פון א מיליטערישער אפיציעל (אן קיין נאמען) אז די פראפיל איבער זארקאווי איז ארגינעל געווען א טייל פון פאלשע שפיאנאזש וועלכע אמעריקע האט אנגעזאמעלט גייענדיג צום קריג און אפילו נאכדעם וואס מען האט געהאט שפעקולאציעס דערין האט מען באשלאסן דאס צו האלטן אלס א טייל פון די פראפאגאנדע.
אין פעברואר 2006 האט דער פאפולערע שיאט קלעריק מוקטאדא אל-סאדר אויפגעברענגט זיינע שפעקולאציעס איבער די אמעריקאנער פראפאגאנדע איבער זארקאווי. סאדר האט געזאגט אז דאס איז די זעלבע ליגנט ווי אסאך אנדערע ליגענטס וועלכע אמעריקע נוצט צו געווינען די שטיצע פון איראקער איינוואוינער און זייערע בירגער ביי זיך אינדערהיים.
אין וואשינגטאן פאוסט איז אויך געווען א לאנגע באריכט דערוועגן אין אפריל 2006 וועלכע האט גענוצט פארשידענע קוועלער אינערהאלב די מיליטער (מיט נעמען) אז זארקאווי'ס טעראר איז אן אויפגעבלאזענע זאך און אמעריקע האט מיט דעם געוואלט מאכן א ריס צווישן די אויפשטענדלער און זינט עס האט געברענגט די פארקערטע רעזולטאטן וועט אמעריקע פרובירן פטור צו ווערן פון אים ווי שנעלער.
באריכטן פון די ניו יארק טיימס און אנדערע שפעקולירן אז אל-קאידא האט גאר פארראטן זארקאווי צוליב זיין אנטי-שיא שטעלונג און זיינע אטאקעס אויף ציווילע איראקער.