אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאוויד-19-פאנדעמיע אין ניו יארק סיטי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(Attribution information: Original text of article sourced and edited from w:en:COVID-19 pandemic in New York City article and initial translation commissioned from u/PM_ME_UR__RECIPES on Reddit - February 2021)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022

דאָס ערשטע פֿאל פֿון דער קאָוויד–19 פּאַנדעמיע אין ניו יארק סיטי איז באַשטעטיגט געוואָרן אין מערץ 2020 פֿון אַ פֿרוי וואָס האָט גערײַזט קײן ניו יאָרק פֿון איראַן, אַ מדינה שוין שלים באַטראָפֿן פֿון דער פּאַנדעמיע. שיער אַ חודש שפּעטער, איז מעטראָפּאָלישער ניו יארק געוואָרן די שלימסט־באַטראָפענע אָרטשאַפט אין גאר די פאראייניגטע שטאטן. אין אַפּריל, האָט די שטאָט געהאַט מער באַשטעטיגטע פאַלן ווי גאנץ כיע, גרויס–בריטאַניע אָדער איראַן.

אום 20סטן מערץ, האָט דאָס גובערנאטאר־ביוראָ אַרויסגעגעבן אַן עקזעקיוטיוו אָרדער וואָס האָט פֿאַרמאכט נישט–עיקערדיקע געשעפֿטן. די עפֿענטלעכע טראנספּאָרט סיסטעם פֿון דער שטאָט איז געבליבן אפֿן, אָבער עס איז געווען אנגעשטאפט מיט מענטשן וועגן אַ פֿארמינערטער באַדינונג און אויך צוליב מער הײמלאָזע מענטשן וואָס האָבן געזוכט אָפּדאַך פאַר זיך אינעם סאַבווײ.

אין אַפּריל, האָבן הונדערטער ניו יאָרקערס פֿאַרלאָרן זײערע אַרבעט–שטעלעס, און די פֿאַרלאָרענע שטײַערן זענען געווען אפֿשר ביליאָנען דאָלאַרן. אַרבעט שטעלן פֿאַר ריטײל, טראַנספּאָרט, און רעסטאָראַנען זענען מער באַטראָפֿן. דער פֿאַל פֿון האַכנאָסען, פֿאַרקויף–שטײַערען און טוריזם האַכנאָסען, כולל שטײַערען פֿון האָטעלס, האָט די שטאָט אפֿשר ביז 10–ביליאָן דאָלאַר געקאָסטעט. דער בירגערמײַסטער דע בלאַזיאָ האָט געזוגט אז דער אַרבעטלאָזיגקײַט–סיסטעם איז געבראָכן נאָך אַ שוואַל פֿון אַנשפּרעכען, און עס דאַרף האָבן הילפֿע פֿון די בונד–ריגירונג צו באַהאַלטען באַדינונגען.

די לויפֿענדע פּאַנדעמיק איז דער טעדלעכסטער אומגליק אין די געשיכטע פֿון ניו יאָרק.

אין דעצעמבער 2020, דער געזונט–זאָרגונג–סיסטעם פֿון ניו יאָרק האָט אָנגעהויבן צו געבן אַרויס די וואקצין קעגן קאָראָנאַווירוס פֿאַר פּאַציענטען מיט אַ הויכען ריזיקירן, און ערשטע הילפֿערן, למשל דאָקטאָרן און קראַנקענשוועסטער און ברידער. די שטאָט האָט דאָס ׳׳פֿאַזע 1א׳׳ גענענט. אויף 11 יאַנואַר 2021, די שטאַט איז געגאנגען אין פֿאַזע 1ב, און גיבט ארויס די וואַקצין אויך צו מענטשען איבער 65 יאָרן, געשעפֿטאַרבעטער, לערערס, ערשטהילפֿערס, טראַנספּאָרטאַרבעטער און געפֿענגניספּערזאָנאל. אין פֿעברואַר 2021, ניו יאָרק האָט געברײַטעט די גרופּע פֿאַר פֿאַזע 1ב צו אַרײַננעמען רעסטאָראַנט אַרבעטער (כולל ליפֿער) און טאקסי–פֿאַרערס. ניו יאָרק פּלאַנט צו וואַקצינירן יעדערײַנער אינ׳ם זומער פֿון 2021.