אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבאסישער כאליפאט"
ק (Removing Link FA template (handled by wikidata)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022
דער אַבאַסישער כאַליפֿאַט איז געווען א דינאסטיע וואס האט געהערשט אין דעם גרעסטן טייל פון דער איסלאמישער אימפעריע צווישן די יארן 750 און 1258. ער איז געווען די צווייטע איסלאמישע אימפעריע, נאכדעם וואס זיי האבן איבערגעקערט די אומאיאד אימפעריע אין 750, און זיי האבן אריבערגעפירט די הויפטשטאט פון דער אימפעריע פון דמשק צו באגדאד. שפעטער איז געווארן סאמארא (אין היינטיקן איראק) די הויפטשטאט. אין די צייטן פון דעם אבאסישן כאליפאט, זענען די אומאיאדן געבליבן נאר מיט אל-אנדאלוס (דער איסלאמישער טייל פונעם איבערישן האלבאינזל. דער כאליפאט האט געענדיגט ווען דער מאנגאלישער הולאגו כאן האט זיי געזיגט אין 1258.
פריער איז געווען די הויפטשטאט דמשק, וואס איז געווען אין א נישט אזוי שטארק באפעלקערטן ראיאן, און די אבאסידן האבן געבויט א נייע הויפטשטאט באגדאד דארט ווי אסאך איינוואוינער האבן געוואוינט. דאס האט דערמעגלעכט אנדערע איסלאמישע פעלקער וואס זענען נישט אראבער מיטצוטיילן אין דער מיליטער און די הויכער רעגירונג אמטן, ווי למשל פערסן און טערקן, אזוי איז די אימפעריע געווארן מער קאסמאפאליטאניש.
אין דער תקופה פונעם אבאסישן כאליפאט האט אראבישע דיכטונג דערגרייכט איר גרעסטע הייך. די שרייבער אבו טאמאם און אבו נואס זענען געווען נאענט צום הויף פונעם כאליף אין באגדאד אינעם אנהייב פונעם 9טן יארהונדערט.