אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי צבי אלימלך הורוויץ"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 22: | שורה 22: | ||
[[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | [[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | ||
[[קאַטעגאָריע:דעמביץ]] | [[קאַטעגאָריע:דעמביץ]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:18, 27 נאוועמבער 2022
רבי צבי אלימלך הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ס - ה'תש"ג), רב אין דעמביץ.
אפשטאם
רבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב שמואל הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשעקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת גיטלה די טאכטער פון הרב יחיאל וואגשאהל פון פריסטיק.
רבנות
אין יאר ה'תרפ"ג ווען רבי הערשעלעס פאטער רבי שמואל איז נפטר געווארן, האט רבי הערש'עלע נאך נישט געהאט קיין היתר הוראה, דעראיבער האט זיך געשאפן א קריגעריי אין די שטאט, צו מ'זאל אים לאזען ווערן רב אויף דעם פאטער'ס ארט, אדער מ'זאל אויף נעמען הרב שלמה זלמן פרענקל רב אין יאדלאווא, צום ענדע איז רבי הערש'עלע געווארן אויפגענימען אלס רב.
הסתלקות
רבי הערשעלע איז פארברענט געווארן אין מעליץ אויף קידוש השם, הי"ד.
פאמיליע
רבי הערשעלע האט געהייראט מרת הינדא די טאכטער פון הרב יהושע שפירא פון דינוב, נאך אכצן יאר איז אים געבוירן פיר טעכטער. זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע פיר טעכטער, הי"ד.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!