אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פרייהייט פון אינפארמאציע לעגיסלאציע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט: מעביר קישורי בינויקי לויקינתונים - d:q329497)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022

פרייהייט פון אינפארמאציע לעגיסלאציע איז א לעגאל רעכט צו בעטן און באקומען אינפארמאציע פון דער רעגירונג אום זיסט אדער גאר ביליג. אין טייל לענדער גאראנטירט די קאנסטיטוציע דאס רעכט פון צוטריט צו אינפארמאציע.

מער ווי 85 לענדער ארום דער וועלט האבן איינגעפירט אזעלכע לעגיסלאציע. דער פרייהיט פון דער פרעסע אקט אין שוועדן פון 1766 ווערט גערעכט די עלסטע לעגיסלאציע אין דעם שטח.

א יסודותדיגער פרינציפ פון דער לעגיסלאציע (מערסטנס) איז די פליכט ליגט אויף דער ארגאנאזאציע געבעטן פאר אינפארמאציע אויב זיי ווילן צוריקהאלטן אינפארמאציע; דער וואס בעט דארף נישט ערקלערן צוליב וואס ער דארף די אינפארמאציע.