אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פערדינאנד מאגעלאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022

פֿערדינאַנד מאַגעלאַן

פֿערדינאַנד מאַגעלאַן (פארטוגעזיש: Fernão de Magalhães, [fɨɾˈnɐ̃w ðɨ mɐɣɐˈʎɐ̃jʃ]; שפּאַניש: Fernando de Magallanes, [ferˈnando ðe maɣaˈʎanes]; בערך 148027סטן אפריל 1521) איז געווען א פארטוגעזישער אויספארשער. ער איז געבוירן געווארן אין סאבראסא, אין צפון פארטוגאל, און האט געזוכט א מערבדיקע רוטע צו די "געווירץ אינזלען" (היינט די מאלוקו אינזלען אין אינדאנעזיע).

מאגעלאנס עקספעדיציע פון 1519–1522 איז געווען די ערשטע עקספעדיציע צו זעגלען פונעם אטלאנטישן אקעאן אריין אין פאציפישן אקעאן (זיי זענען אדורכגעפארן דעם מאגעלאן דורכגאס), און די ערשטע אריבערצופארן דעם פאציפיק.

יונגע יארן

מאגעלאן איז געבוירן אין (פרילינג) 1480 מיטן נאמען פֿערנאַא דע מאַגאַליַאֵש (פארטוגעזיש: Fernão de Magalhães), צו זיין פאטער ראדריגא דע מאגאליאש און זיין מוטער אלדא דע מעסקיטא, אין א קליין שטעטל אין צפון פארטוגאל וואו זיין פאטער איז געווען דער בירגערמייסטער. ווען ער איז געווען אלט 10 יאר זענען זיינע עלטערן געשטארבן, און צוויי יאר שפעטער איז ער געגאנגען דינען אין דעם מלוכישן הויף. דארט האט ער געענדיקט זיין בילדונג; ער האט זיך שטארק אינטרעסירט אין געאגראפיע און אסטראנאמיע, און ער האט באקומען טרענירונג ווי א קעמפער און א מאטראס.