אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פלאסטיק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022

פארשיידענע פּראָדוקטן געמאכט פון פּלאַסטיק

פלאסטיק איז אן אויסגעארבעטע מאטריאל וועלכע ווערט היינטיגע צייטן גענוצט צו א רייע פראדוקטן אנגעהויבן פון פלאסטיק בעגס און גייענדיג ביז אויטא טיילן און אפילו פליגער טיילן. דער באנוץ פון פלאסטיק איז זייער גרויס אין די מאדערנע וועלט וויבאלד עס איז ביליג, שטארק, און קען ווערן ריסייקעלט.


פראדוקציע

פלאסטיק איז געמאכט פון גרויסע ארגאנישע מאלעקולן (די קלענסטע פיזיקאלע זאך וואס פארמאגט אין זיך מערערע אטאמען דורך די צוזאמענהאלט פון כעמיקאלן) וואס קען אויסגעפארמעט ווערן צו פארשידענע פראדוקטן. פלאסטיק איז געמאכט פון א מאלעקול וואס הייסט פאלימערס. צו מאכן פלאסטיק מוזן די פאלימערס ווערן צולאזט און רינעדיג.


מעלות

פלאסטיק איז א גאר גוטע פראדוקט צוליב דעם וואס עס קען ווערן הארט ווי א שטיין, שטארק ווי אייזן, לייכט ווי האלץ, דורכזיכטיג ווי גלאז, און בייגעוודיק ווי גומע. די וועלט היינט איז פיל מיט פלאסטיק ביי יעדע טריט און שריט.

היסטאריע

פלאסטיק איז אין אמת'ן שוין גענוצט געווארן מיט טויזענטער יארן צוריק אבער אויף אנדערע צוועקן און עס איז אנדערש געמאכט געווארן און האט אנדערש אויסגעקוקט. אין די אנפאנג יארן פון 19' האט מען אנגעהויבן פראדעצורן אלע ערליי מעטאלענע פלאסטיק וואס איז געווארן איינע פון די מערסט גענוצטע מעטאלן פון די וועלט.

א געוויסער שטודירער מיט'ן נאמען הערמאן סטודינגער פון דייטשלאנד האט געווינען דער מעדאל אלס דער גרעסטער פלאסטיק דעוועלעפמענט קאפ אין די יארן פון 19'.


באנוץ

שטעלט אייך אראפ אויף יעדן ארט און הייבט אן זיך אומקוקן וועט איר זען אז אלעס ארום אייך איז אין טייל געמאכט פון פלאסטיק. אייער בעט פארמאגט פלאסטיק אויף די מאטראץ, אייער מאנטל האט פלאסטיק קנעפלעך, אייערע ברילן האט פלאסטיק גלעזער, אייער אויטא איז דאך א שטיק פלאסטיק, אייער עסן איז געפאקט אין פלאסטיק און אויך די עסצייג האט אויף זיך פלאסטיק, א.א.וו.

פלאסטיק קען אייביג צוריק צולאזט ווערן און איבערגענוצט ווערן פאר נייע פראדוקציע (ריסייקלינג).