אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאוועל פרענקעל"
ק (Bot: Migrating 5 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2915725 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:33, 22 נאוועמבער 2022
פאוול פרענקיל (תר"ף - תש"ג) איז געווען דער אנפירער פון בית"ר, אין א געוויסן געגנט אין פוילן, און ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט ער זיך געפונען אין ווארשע, ווען די נאציס האבן אויפגעשטעלט די געטא, איז ער אריבער וווינען אין דער געטא.
ביים אריבער גיין אין געטא, האבן עטליכע צענדליקע בית"ר מיטגלידער באשלאסן צו קעמפן קעגן די נאציס, און זיי האבן אים אויסגעקליבן אלס דער קאמאנדיר, פון די יידישע מיליטערישע פאראייניקונג ווען די לינקע אין דער געטא, האבן אויפגעשטעלט די יידישע קאמף ארגאניזאציע, איז איינע פון די תנאים וואס די רעכטע האבן פארלאנגט איז געווען, אז א מענטש וואס האט מיליטערישע ערפארונג זאל זיך פארנעמען אלס קאמאנדיר, דאס האט געמיינט פרענקל, און די לינקע האבן נישט געוואלט הערן דערפון, מרדכי אניעלעוויטש איז געווען קאמאנדיר פון די יק"א.
צופיל איינצלהייטן איז נישט באוואוסט אויף דעם מענטש, און קיין בילד פון אים איז אויך נישטא, עס איז דא פון אים א בילד וואס מענטשן האבן געמאלן ווי זיי געדענקן אים.
עס איז נישט באוואוסט ווען גענוי ער אומגעקומען, אבער ווארשיינליך איז ער ערמארדעט געווארן נאכן אויפשטאנד, ווען ער האט פרובירט צו אנטלויפן צו דער ארישער זייט.